top of page

גיגאנטישע סטרוקטער פון ביהמ"ד הגדול והחדש קהל יטב לב ד'סאטמאר לינדען ארויפגעצויגן געווארן מיט פראכט דעם וואך

די ביעמ'ס ארויפציאונג געבט א פרישע טרייב'קראפט צו פאראויסגיין מיט די בוי ארבעט לנצח על מלכת בית השם





סאטמארע חסידים און שטאט לינדען ניו דזשורסי זענען אין די יעצטיגע טעג אינגעהילט אין געוואלדיגע פרייד, ווען מען האלט מיט לעבעדיג די ווייטערדיגע אויפבלי און אנטוויקלונג פון די פריש געגרינדעטע סאטמארע קהילה אין שטאט, ווען דעם וואך האט מען בשעה טובה ומצלחת צוגעטרעטן צו די שטאקן ארויפציאונג אויפן נייעם בנין אדיר ומפואר ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין שטאט ההולכת ונבנה, וואס דאס געבט א פרישע מאסיווע קראפט פאר די ווייטערדיגע שנעלע בוי ארבעט ווייטער פארצוגיין אויפן שטח הבניה.

לויט ווי די חברי וועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש געבן איבער, איז דער פלאן צו אהערשטעלן א פרעכטיגע ביהמ"ד אדיר ומפואר מבית ומבחוץ וועלכע וועט זיין א שטאלץ פאר ק"ק סאטמאר לינדען, דער ביהמ"ד איז אויסגעשפרייט אויף א שטח פון 12 טויזענט סקווער פיס און וועט אנטהאלטן אין זיך א גרויסע מקווה מפואר, א לופטיגע היכל הספרים מיט א ברייטע אוצר הספרים,דריי חדרי התפילה אין וועלכע עס וועלן לויפן כסדר'דיגע מניני שחרית מנחה און מעריב, א גרויסע היכל ביהמ"ד מיט הונדערטער זיץ פלעצער פאר אלע חסידי סאטמאר תושבי לינדען, און נאך פילצאליגע איינריכטונגען, וועלכע וועלן ווערן אי"ה אהערגעשטעלט מיט א ברייטקייט און באקוועמליכקייט צו קענען דאווענען און לערנען מיט הרחבת הדעת אזויווי אין אלע סאטמארע צענטערן איבער די גארער וועלט וועלכע פארמאגן פראכטפולע בתי מדרשים לטובת הציבור.




 

Comments


bottom of page