top of page

גיגאנטישע "בנין הישיבות קטנות בנין בערקאוויטש" אין וויליאמסבורג שפרודעלט מיט מאסיווע ארבעט'ס קראפט מיטן ציל צו האבן דעם בנין פולקאם גרייט צום נייעם זמן החורף תשפ"ה הבעל"ט

ריזן בנין הישיבות ווי עס וועלן ווערן פלאצירט דריי סניפי ישיבות קטנות אינדערהאלב דעם ממלכת התורה ד'סאטמאר אין שטאט וויליאמסבורג, נדבת הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, מראשי ק"ק ומוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכע האט געגעבן א פאנטאסטישע נדבה פארן אויפבוי פון דעם 15 מיליאן דאלער פראיעקט אין וואס דער בנין האדיר ציעט אריין.

בנין שפאנט פאראויס מיט מאסיווע שנעלע פארשריט אין די יעצטיגע וואכן, ווען א שטאב פון ארבערטער ארבעטן רונדע דעם זייגער אהערצושטעלן דעם פראכטפולן בנין האדיר, מיטן ציל צו שטיין גרייט פיקס פארטיג פארן קומענדיגן שנת הלימודים זמן החורף תשפ"ה הבעל"ט.

אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען ווייטער אינעם בנין האדיר ווען מען אינסטאלירט די לעקטער און די פייפ'ס, אין די קומענדיגע וואכן וועט מען זיך נעמען צו די שיטראק און טיילס אינסטעלאציע אינעם בנין, אין די זעלבע צייט גייען די עסקני וועד קרן הבנין ארום צו נדיבי עם אנצושליסן אינעם גרויסן פראיעקט.






























Comments


bottom of page