top of page

ברייטע דעקונג: גראַנדיעזע מעמד קביעת מזוזה דעם זונטאָג כי תצא ביים בנין בית רחל החדש אין מאנסי בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א


לקראת שנת הלימודים תשפ"ה

= תהא שנת פריחת המוסדות =



 בית יעקב לכו ונלכה! מזמור שיר חנוכת הבית!

ריזיגע סאַטמאַרער חינוך הבנות פעסטונג "בנין אלי' ניישטאַדט" אין מאָנסי ווערט באַנייט מיט'ן רעכטן פיס דורך די הונדערטער הויך-שולע תלמידות


באַגייסטערונג אַלוועלטליך ווען מאָנסי וועלכע איז פון די יונגסטע סאַטמאַרער מוסדות באַנייט שוין 3'טע מולטי-מיליאָן דאָלאַר'דיגע בנין האדיר אין בלויז 2 יאָר!

יעדער שטוינט באַגייסטערט ווען די שנעלסט-וואַקסנדע סאַטמאַרער מוסדות גייט פּתיחה אויף אַ פרישע גיגאנטישע בנין בית רחל אינעם קרית הבית רחל אויף טשערי לעין

נחלה לו יזכה!

מאַיעסטעטישע "בנין אלי' וגיטל ניישטאַדט" געבויעט געוואָרן מיט פאַנטאַסטישע נדבות פון הרבני הנגיד מוה"ר אלי' ניישטאַדט הי"ו וזוגתו החשובה תחי'

נחת פאר סאַטמאַר: שטאָקיגע בנין החדש האָט באַקומען מאָמענטום זיך אַרויפצוציען און קומען לידי גמר אַדאַנק העכסט געלונגענע "להעמידם קאַמפּיין"

סאַטמאַר-מאָנסי הויך שולע תלמידות – אַריינגערעכנט פריש געפענטע 12'טע קלאַס – הייבט אן די פרישע לערן-יאָר אונטער אַ נייע עפּאָכע פון הרחבת הדעת, באַנייענדיג די מבצר בית רחל החדש ברוב פּאר והדר

 אשר קדשנו במצותיו וצונו לקבוע מזוזה:

גראַנדיעזע מעמד קביעת מזוזה רבתי פייערליך אָפּגעראָכטן געוואָרן דעם זונטאָג כי תצא הבעל"ט בהשתתפות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א

 

מאָנסי – בית יעקב לכו ונלכה! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה! מיט אַ עקסטאַזליכע שמחה רבה און התרגשות עצומה איז די פרישע סאַטמאַרער חינוך הבנות פעסטונג "בנין אלי' וגיטל ניישטאַדט" אין מאָנסי באַנייט געוואָרן מיט'ן רעכטן פיס צום נייעם שולע יאָר דורך די הונדערטער הויך-שולע תלמידות.

מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי אויסגעשטיגן אַלס ראש הבונים פון מוסדות התורה איבער גרעיטאָר ניו יאָרק!

מוסדות סאַטמאַר-מאָנסי די שנעלסט-וואַקסנדע סאַטמאַרער מוסדות גלאָבאַל, איז אומאָפיציעל געוואָרן אַ וועג-ווייזער און לעבעדיגע ביישפּיל פאר אומצאָליגע מוסדות התורה, און קאָנסטרוקציע קאָמפּאַני'ס, מיט אַ נייע דערהער וואָס עס מיינט געבויעט שנעל און געשיקט, און אין די זעלבע צייט היי-קוואַליטי און טאַפּ-פּראָפעסיאָנאַליטעט, בנינים אדירים ונפלאים זענען אַרויסגעוואַקסן ממש איבערנאַכט.

את עמלינו אלו הבנים – את לחצינו זו הדחק! נישטאָ קיין פּלאַץ שפּילט זיך אָפּ לעבעדיג מיט אַלע פאַרבן!

אָבער די אומגלויבליכע בנינים געבוי איז דירעקט נישט געבויעט געוואָרן מיט'ן ציהל צו צייגן פאַר איינעם למען ילמדו ווי שנעל מ'קען בויען, עס איז נישט געבויעט געוואָרן מיט קיין אַגענדע פון יצאו עיניכם, עס איז נישט געבויעט געוואָרן צו ברעכן סיי וועלכע רעקאָרד אין ציבור'ישע בנינים געבוי.

עס איז געבויעט געוואָרן מיט מסירת נפש ממש, און מיט איין הייליגע ריינע ציהל, פּשוט ווייל ס'נישט געווען וואו צו שטעלן אַ טריט ווייטער, מ'האָט שוין פּשוט 'אַרויסגעפּלאַצט' פון יעדעס ביסל 'פּלאַץ' וואָס מ'האָט נאָר געהאַט.

כי גדל מאוד! סאַטמאַר אין מאָנסי וואַקסט העכער און העכער למעלה למעלה!

די אויסנאַמליכע בליה און וואוקס פון די הייליגע מוסדות, די נאָכאַנאַנדע הוספה פון פרישע סאַטמאַרער משפּחות וועלכע באַזעצן זיך אין די שטאָט מאָנסי, די אומאויפהערליכע נאַטירליכע וואוקס פון אינעווייניג דורך סאַטמאַר-מאָנסי משפּחות זעלבסט, דאָס האָט צוגעברענגט די אומבאַגרייפליכע העכערע כח הקדושה, וועלכע שפּילט זיך אויס אין פולן זוהן פון וואָרט, אַז די מוסדות הקדושים וואַקסט און בליהט, ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה, און עס איז ב"ה פּשוט נישטאָ וואו צו פּלאַצירן די פרישע קינדער וועלכע ווילן אַריינקומען בין כותלי המוסדות.

צווייטע בית רחל פעסטונג "בנין אלי' וגיטל ניישטאַדט" ערעפענט די טויערן אין אַ מזל'דיגע שעה!

אין אַ ברכה המשולשת בתורה, האָט מען אין אַ מזל'דיגע שעה זוכה געווען צו באַנייען ברוב פּאר והדר, דער דריטן אייגענע בנין אדיר אין בלויז צוויי יאָר, ווען דעם פאַרלאָפענעם דאָנערשטאָג שופטים העעל"ט האָבן די הונדערטער הויך-שולע תלמידות אַריינגעשפּאַנט אין זייער אייגענע צווייטע היים, די מאַיעסטעטישע חינוך הבנות פעסטונג "בנין אלי' וגיטל ניישטאַדט", מיט אירע דרייצן הערליכע רחבות'דיגע קלאַסן, אָפיסעס, און הערליכע שמחה-זאלן פאר קלענערע שמחות.

ערשטמאָליגע אייגענע בית רחל היים און דאך איבער'ן קאָפּ!

די שמחה איז אויסטערליש גרויס ביי די הונדערטער תלמידות בית רחל, וואָס אַ גרויסע טייל פון זיי זענען אַצינד צום ערשטע מאָל זוכה צו האָבן אַ אייגענע בנין אַלס דאַך איבער'ן קאָפּ, נאָכדעם וואָס אַלע יאָרן ביז אַהער האָבן זיי צוליב מאַנגל און פּלאַץ און אומגעהויערע ענגשאַפט, געווען געצווינגען צו לערנען אין פּראָוויזאָערישע כאַטקעס אינעם קרית הבית רחל אויפ'ן טשערי לעין שטח המוסדות.

אַ "ריין-אויסגעצאָלטע" בנין אָן קיין שום מאָרטגעדזש!

די באַנייאונג פון די בנין הבית רחל טוט אויסרופן באַזונדערע כוואַליעס פון פרייד זייענדיג אַ "ריין-אויסגעצאָלטע" בנין, וועלכע איז פולקאָם פינאַנצירט געוואָרן דורך סאַטמאַרער חסידים, און מ'דאַרף נישט אַרויסנעמען אויפ'ן בנין קיין שום מאָרטגעדזש אָדער לאָון, וואָס דאָס באַדייט אַ אויסטערלישע שמחה אַז דער בנין איז פולקאָם אויסגעצאָלט, און די חברי הנהלה וועלן נישט אין צוגאָב צום לויפנדע בודזשעט דאַרפן שאַפן די אָסטראָנאָמישע סכומים וואָס די חודש'ליכע מאָרטגעדזש פּעימענטס קאָסטן אָפּ.

ולא אני תחלת הקדושה, די יעצטיגע בית רחל פעסטונג איז שוין נישט דאָס ערשטע צו ווערן באַנייט אַלס "ריין-אויסגעצאָלט", נאָכדעם וואָס די ערשטע בנין בית רחל "בנין ניישטאַדט" איז אויך באַנייט געוואָרן אַלס פולקאָם "ריין-אויסגעצאָלט", און די זעלבע די בנין הת"ת האדיר "בנין גאָלדשטיין", און אַצינד האַלט מען שוין כך מעשהו בשלישי, ביים דריטן בנין האדיר וועלכע ווערט באַנייט אויף דעם פארנעם אָן קיין שום פאַרבליבענע מאָרטגעדזש, וואָס דאָס איז אַ געוואַלדיגע דערגרייכונג, און וועט בעז"ה האָבן אַ שטאַרקע אַפעקט אַז די פינאַנציעלע בודזשעט זאָל נישט פאַרקריפּעלט ווערן וועגן די לאַסט פון אַ מאָרטגעדזש.

דער רבי זי"ע באַגלייט די אַרבייט פון אויבן!

דורכאויס די בוי-אַרבייט ביים נייעם געביידע, האָט זיך אויף טריט און שריט געשפּירט די אויסטערלישע כוחו וזכות של אותו זקן מרן רביה"ק זי"ע מייסד המוסדות, וואָס די הייליגע מוסדות איז יסודתו בהררי קודש דורך מרן רביה"ק זי"ע וועלכע האָט בשארית כוחותיו אין זיינע לעצטע חדשים עלי אדמות זיך מטריח געווען אַרויסצוקומען קיין מאָנסי און אַראָפּשטעלן די הייליגע יסוד פאר זיינע מוסדות אין מאָנסי, זעהנדיג אין דעם אַ ווייטגרייכנדע לעכטיגע עתיד פאר טויזנטער תינוקות של בית רבן וועלכע וועלן מיט צענדליגער יאָרן שפּעטער נתחנך ווערן אין די הייליגע מוסדות אויף אַזאַ מאַסיווע פאַרנעם, פון וואָס דער רבי זי"ע בגנזי מרומים קוועלט פאר פרייד און שעפּט הויפענעס נחת דקדושה פון די הערליכע אימפּעריע וועלכע בליהט און וואַקסט אויף אַזאַ אויסטערלישע פאַרנעם לשם ולתפארת ולתהלה.

הרחבת הדעת אויפ'ן שענסטן און בעסטן פאַרנעם!

די נייע בנין שטעלט פאר מיט זיך אַ הערליכע פּראַכטפולע געבדייע, וועלכע איז געוואָרן געבויעט מיט קאָפּ און מח אַז דאָס זאָל זיין אַהערגעשטעלט דאָס מערסטע פּראַקטיש און באַקוועם מיט די מאַקסימאַלסטע הרחבת הדעת פאר די חשובע תלמידות, אַז זיי זאָלן קענען שטייגן און בליען אין מדות טובות און יראת שמים אומגעשטערט.

אָפּגערעדט פון די אומבאַשרייבליכע הרחבת הדעת און מנוחת הנפש וואָס די נייע בנין הבית רחל האָט געברענגט פאר די חשובע שטאַב איינגעשטעלטע, ווען ביים בויען די בנין איז געוואָרן אויסגערעכנט אַז אַלעס זאָל זיין אַהערגעשטעלט לטובת די חשובע שטאַב פון מחנכות אויף גאָר אַ געשמאַקע באַקוועמע פאַרנעם האָבנדיג אַלעס צו די האַנט, אַז מ'זאָל קענען רואיגערהייט מיט הרחבת הדעת לערנען און איבערגעבן די שיעורים און סעסיע'ס פאר די מיידלעך.

הזורעים בדמעה ברנה יקצורו; די נחת פאר די נדבני הבנין!

אַ אומבאַשרייבליכע טאָג פון נחת איז דאָס געווען פאר די חשובע נגידים החשובים וועלכע האָבן זיך געלאָזט קאָסטן סכומים אדירים לטובת די אויפבוי פונעם נייעם בנין, און האָבן אַצינד זוכה געווען צו זען די נחת מיט די אייגענע אויגן.

אין אַזאַ צייט ווען די בנין הבית רחל איז בשעטומ"צ געוואָרן באַנייט, שרייט זיך אַרויס פון טיפעניש פון האַרץ; אשריכם! הבונים ומקימים! די אַלע אנשי שלומינו וועלכע האָבן געהאַט די זכי' ליטול חלק בראש אין די אויפבוי פון דעם בנין, ובפרט פאר די גדולי הנדיבים וועלכע האָבן אָפּגעקויפט זכותים אדירים, ווי עס-זאלן, קלאַס צימערן, שערים, א.א.וו. און דערמיט האָבן זיי זיך איינגעהאַנדלט אַ זכות נצחי אין די תורה ומצוות פון די תלמידות אין דעם בנין. 

ועל כולם האָט דאָס געגעבן עמערס פון חיזוק און שטאַרקייט פאר די די געטרייע הנהלת המוסדות וועלכע האָבן נישט גערוהט קיין טעג און קיין נעכט פאר די אויפבוי פון דעם בנין ובפרט אַז דאָס זאָל זיין גייט אין צייט, וואָס אין שפּיץ פון אַלעם שטייט דער ענערגישע מנהל המוסדות הרבני הנגיד המרומם ר' שמואל זאַנוויל ווערטהיימער הי"ו וועלכע האָט פאַרזיכערט אַז געלט איז נישט קיין אָפּהאַלט ביי קיין שום שטאַפּל פונעם בנין, און ער האָט פרעזענליך פאַרשאַפט גרויסע הלוואות צו קענען אָנגיין מיט די בוי-אַרבייט.

אַצינד ווען די חברי הנהלה כאַפּן אַ שפּאַציר אינעם נייעם געביידע, און מ'הערט די צופרידענע גרוסן פון די חשובע טיטשער'ס און שטאַב איינגעשטעלטע, באַגלייט מיט אויסטערלישע דאַנק רופן פון די חשובע עלטערן, איז דאָס אַ מאָמענט פון שניידן די הערליכע זיסע פּירות פון זייער שווערע מיה און פּלאָג.

אַסאַך בלוט און שווייס בדמים תרתי משמע האָבן די חברי הנהלה אינוועסטירט, ווען די גאַנצע פּראָיעקט איז געווען באַגלייט מיט גאָר אַסאַך שוועריגקייטן מיט וועלכע מ'האָט זיך כסדר געדאַרפט ספּראַווענען, ב"ה אַז די שווערע האָרעוואַניע פון די חברי ההנהלה צאָלט זיך בעז"ה אויס, די אָסטראָנאָמישע סכומים אדירים וועלכע זענען געוואָרן אויפגעטריבן דורך די געטריי שלוחי המוסד שטעלן פאר מיט זיך דעם נייעם בנין כליל בהדרו, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!

4'טע בנין האדיר "מבצר הבית רחל הגדול" שפּאַנט און גאַלאָפּירט פאָראויס בעז"ה!

און מ'שטעלט זיך נישט אָפּ, ביתר שאת וביתר עוז גאַלאָפּירט מען פאָראויס להגדיל תורה ולהאדירה, ותגביה קרנינו למעלה למעלה די פרישע גיגאַנטישע בנין הבית רחל רבתי אינערהאַלב די קרית בית רחל אויפ'ן שטח המוסדות אויף טשערי לעין, מיט אַכציג קלאַסן, און אַ ריזיגע מלכות'דיגע חתונה-זאַל.

עס בויעט זיך בעז"ה אַ ווייטער'דיגע לעכטיגע קיום און עתיד פאר סאַטמאַר-מאָנסי, אַ כבוד פאַר'ן הייליגן באַשעפער און אַ נחת פאר מרנן רבותינו הקדושים זי"ע, און אַ שטאָלץ פאר סאַטמאַרער חסידים אומעטום, די נייע בנין וועט בעז"ה זיין באַשטימט פאר די עלעמענטרי קלאַסן, וואו עס וועלן ערצויגן ווערן די צוקונפטע דור פון סאַטמאַרער מאַמעס וועלכע וועלן בעז"ה ווייטער שפּינען די גאָלדענע קייט און ערציען די לגיון של מלך וועלכע וועט אַקעגן גיין משיח צדקינו.

אנחנו יחד נבנה; גאַנץ סאַטמאַר ווערט שותפים אינעם בנין

מיט'ן באַנייאונג פונעם נייעם בנין, דאַרף נאָך אָבער געשאַפן ווערן גרויסע סכומים וועלכע איז געוואָרן אויסגעבאָרגט אין די לעצטע תקופה פון פּריוואַטע יחידים צו באַצאָלן די קאָסטן, אויפ'ן חשבון אַז אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאַטמאַר פון אומעטום וועלן אַקעגן קומען די געטרייע חברי הנהלה און חשובע שלוחי המוסדות מיט'ן זיך איינהאַנדלן אַ זכות אדיר ונצחי אינעם נייעם בנין.

אין די קומענדיגע וואָכן וועט בעז"ה פאָרזעצן די גרויסע מגבית הבונים צווישן סאַטמאַרער חסידים אומעטום, און דערמיט קענען באַצאָלן אַלע הלוואות וואָס מ'האָט אויסגעבאָרגט פון פּריוואַטע יחידים צו קענען אַהערשטעלן דעם בנין, און קענען פאָראויס מאַרשירן צו די קומענדיגע בוי-פּראָיעקטן, און עס איז ערוואַרטעט די ווארימסטע שטיצע פונעם ציבור בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד.

ברכת הבנין; שתשרה שכינה במעשי ידינו!

אין אַזאַ צייט איז די וואונטש וואָס שרייט זיך אַרויס פון אַלע הערצער: יהי רצון שתרה שכינה במעשי ידינו, אַז די לעכטיגע תלמידות זאלן קענען לערנען און שטייגן ביראת שמים און אויסוואַקסן ערליכע סאַטמאַרער תלמידות, בנות ישראל הכשרות בדרך ישראל סבא אַזוי ווי עס פּאַסט פאר תלמידות לנחת רוחם פון מרנן רבוה"ק זי"ע מייסדי המוסדות, און אויפ'ן קלאָרן דרך וועלכע ווערט נמשך בגאון ובעוז דורך ממלא מקומם בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א.

 

שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם וְהִנָּשְׂאוּ פִּתְחֵי הַבַּיִת רָחֵל!


















































コメント


bottom of page