top of page

בית חדש שמגדלי"ן ומחנכי"ן בו לתורה ולתפלה: נייעם פרעכטיגן בנין מפואר וועט געבויט ווערן פאר'ן געברויך פון די חשוב'ע כלי קודש ומרביצי תורה אינעם מחנה רב טוב

מאנטיסעלא – זה היום קווינו לו! שטייענדיג ערב דער יערליכער שבת נחמו אפיעל ביי וועלכע אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר זענען זיך יערליך משתתף מיט ריזיגע סכומים אויפצוהאלטן דעם ריזיגן מבצר תורה ויראה, ווי עס גייען ארויס אזויפול תורה ותפלה וואס ווערט געלערנט און געדאוונט דורך אזויפיל תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא מחוץ לעיר, ווערט געמאלדן איבער די פריידיגע פארשריט וואס ווערט געמאכט זיך אויסצוברייטערן און מוסיף צו זיין אינעם געביט פון הרחבת גבולי הקדושה אין אלע ווינקלען פונעם קעמפ מיטן נייעם פרעכטיגן בנין אדיר ומפואר וואס ועט געבויט ווערן פארן געברויך פון די מרביצי תורה.

דער נייער געביידע "בנין מרביצי תורה"

דער קעמפ איז שוין לעת אתה אין גאר א אלטע פאזיציע, און דאס האט צוגעברענגט אז די הנהלה האט זיך דערזען אין א מצב פון ההכרח לא יגונה, און נאכ'ן דן זיין בכובד ראש, און איבערגיין אלע אפציעס איז פארבליבן אז מ'וועט אריינשפרינגען אינעם נייעם קאסטבארן פראיעקט פון אויפבויען א גענצליך נייער געביידע פאר'ן געברויך פון די חשוב'ע מחנכים ומרביצי תורה שליט"א און זייערע משפחות, ווי זיי זאלן זיך קענען אויפהאלטן במשך דעם זומער מיט הרחבת הדעת.

על בשורה טובה אומר ברוך הטוב והמטיב

שרייבנדיג די שורות, קומט אריין די פרייליכע בשורה טובה, אז נאכ'ן אריינלייגן שווערע כוחות, פון איבער איין און א האלב יאר צו קלאפן אויף די טירן פון די לאקאלע באאמטע, און נאכ'ן זיך כסדר אנשטויסן מיט ביוראקראטישע מניעות וואס מ'האט אויסצושטיין ביי אזעלכע מצבים, איז ב"ה געמאלדן געווארן מטעם די הנהלה אז די באשטעטיגונג צו בויען דעם בנין האלט יעצט אין אירע לעצטע שטאפלען, און די קומענדיגע טעג ערווארט מען צו ענדגילטיג צו ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן פון די שטאטישע באאמטע, וואס דאס באדייט אז דאן קען מען זיך תיכף נעמען פון מלאכת הבני' אן קיין שום שהיות און פארזוימונגען.

    דער אויסשטעל פונעם בנין

לויט די פלענער  וועט אי"ה אויפגעבויט ווערן א פרעכטיגער בנין ווי עס פאסט זיך טאקע פאר די חשוב'ע כלי קודש ומרביצי תורה וואס זיי זענען די "יסוד" פון אונזער קעמפ, זיי זענען אט די וועמען מיר געטרויען מיט די טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אונזערע טייערע קינדער, וועמען מיר שיקן אין קעמפ פאר גאנצע ניין וואכן אז זיי זאלן זיין אונטער זייער אויפזיכט.

לויט די יעצטיגע סקיצע וועט די בנין אנטהאלטן אין זיך 18 הערליכע פרישע נייע געבויטע דירות וואו די מרביצי תורה און זייערע משפחות וועלן זיך אויפהאלטן. דער בנין וועט געבויט ווערן אויף א שיפער בארג און וועט  דעריבער פון איין זייט פארמאגן 3 שטאק און דער צווייטער זייט בלויז צוויי שטאק, וואס פון דארט וועט אויך זיין דער אריינגאנג. ווי אויך וועט עס געבויט ווערן מיט אן הערליכן אויסבליק צום דערנעבנדיגן טייכל וואס פליסט דורך דערנעבן.

אויך וועט עס אנטהאלטן א "דאקטאר קליניק" ווי עס וועט זיין אויסגעשטאטעט מיט אלע נויטיגע צוגעהערן וואס פעלן זיך אויס ווען א קינד שפירט זיך נישט גוט וכדו'.

אין די זעלבע צייט וועט ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע פון זכותים וואס מ'וועט קענען אפקויפן אינעם בנין און מיט דעם מנציח זיין זכותים קיימים וואס וועט פאראייביגט ווערן און ווערן אריינגעקריצט אינעם בנין לשם ושארית. נדיבים בעם וועלכע ווילן אריינכאפן די געלענהייט אפצוקויפן איינס אדער מערערע זכותים לזכות להצלחה אדער לע"נ איינער פון די קרובים,  קענען זיך ווענדן צום עסקן המחנה מו"ה שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו אויף 347-578-3266.

דער באשעפער זאל העלפן אז דער זכות פון שטיצן תורה בטהרה פון תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס ווערט געלערנט אין אזא ריינע אטמאספער אויסער די שטאט, צוזאמען מיטן זכות פון מרן רבותה"ק מייסדי המחנה וועלכע וועלן זיכער נישט שולדיג בלייבן, וועלן אלע תומכים געבענטשט ווערן בכל ברכות האמורות בתורה עביגו"צ בב"א.

 אז ירננו כל עצי יער!






 

Comments


bottom of page