שטייענדיג שוין א קנאפע חודש צום אנהויב פונעם נייעם לערן יאר ווען די צענדליגער תלמיד בית רחל וועלן אנהייבן די לימודים בשטומ"צ, גייט די ארבעט ביים בנין החדש בנין אלי ניינשטאדט אין שטאט מאנסי אן גאר העפטיג מיט שטארקע פארשריט בעז"ה, מיטן האפענונג צו קענען באנייען דעם בנין גאר בקרוב אי"ה.
די פארגאנגענע וואכן האט מען געענדיגט לייגן די שיטראק, יעצט גייט אן די ארבעט צו ענדיגן פעינטן, לייגן טיילס און נאך פארשידענע אינריכטונגען אז די בנין זאל זיין גרייט כליל בהדרו.
מיט א תפילה צום באשעפער אז מען זאל שוין ווי אומשנעלסטען זוכה זיין צום ותשלם כל המלכה.
Comments