פילצאליגע חידושים און איינריכטונגען צוגעלייגט היי יאר פאר די וואוילזיין פון די טייערע קינדער ותושבי המחנה.
עת הזומע"ר הגיע! שטייענדיג בלויז געציילטע טעג נאך וואס מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי האט געעפענט אירע טויערן פאר די הונדערטער תינוקות של בית רבן וועלכע וועלן דארט וויילן פאר די קומענדיגע ניין וואכן הבעל"ט לאזט זיך זאגן ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
'שאו שערים ראשיכם' עס איז טאקע אריבער בלויז געציילטע טעג פון ווען דער קעמפ האט היי יאר פריש געעפענט אירע שערי”ם, אבער די הערליכע גריסן הערן נישט אויף צו שטראמען כמעין המתגבר, ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט הערט מען צוריק פון צופרידענע עלטערן וואס האבן ערהאלטן א פרייליכע טעלעפאן קאל פון די קינדערלעך, וואס דערציילן פול מיט עקסטאז די פרייליכע אויפנאמע וואס זיי האבן באקומען אריינשטעלנדיג זייערע ערשטע טריט בתוככי המחנה.
מיט יעדע פארבייגייענדע שעה שיילט זיך ארויס פרישע חידושים און אינציאטיוון וואס די הנהלת המחנה צוזאמען מיט די געטרייע צוות פון מרביצי תורה ומחנכים האבן מוסיף געווען היי יאר אויפצוהייבן די ניווא פונעם קעמפ, דאס דערקענט זיך סיי אינעם געביט פון איינרישן נייע הערליכע און קאסטבארע איינריכטונגען, אויף פארשידענע ערליי פראנטן, ווי אויך מיט'ן זיין פאראויס צוגעגרייט מיט א רייכע און תוכנ'דיגע סדר היום פול מיט לימוד התורה ויראת שמים, און תוכנ'דיגע פראגראמען, אלעס מיט איין ציל און תכלית, צו דערהייבן די קינדער און זיי ארויפברענגען ממדריגה למדריגה, זיי זאלן אהיימקומען מיט פילע באגאזשן מיט תורה ויר"ש ע"ד אבותינו ורבותינו הק' מייסדי המחנה וועלכע האבן טאקע פאר אט דער איינער סיבה מייסד געווען דעם קעמפ, עס זאל ווערן אויסגענוצט צו שטייגן און נענטער ברענגען די טייערע תלמידים צום בוכ"ע, אנדערש ווי עס איז דאן געווען דער סדר אין דער אמעריקאנער גאס אז דער זומער פלעגט ווערן אויסגענוצט פאר שוואויל-טאג און פארברענגענ'ס אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו.
ברוך אתה בבואך
אנגעהויבן פון זונטאג אין די פארמיטאג שעות ווען די קעמפ האט אפיציעל געעפנט אירע טויערן, האט זיך אנגעהויבן אנזעהן א שטארקע פארקער פון די טייערע תשב"ר וועלכע האבן אנגעהויבן אנצופילן דעם קעמפ מאכנדיג זייער וועג ארויף צו די באנקס.
גלייך ביים אנקומען זענען די קינדער ענטפאנגען געווארן מיט א ווארעמע אויפנאמע דורך די טייערע משגיחים וועלכע לייגן שוין אריין חדשים ארבעט און האלטן שוין אצינד נאכ'ן אויף זיין גאנצעטע נעכט לילו"ת כימי"ם אנצוגרייטן דעם זומער, בשעת ווען מענטשן געדענקען ניטאמאל אז דער זומער איז אויפ'ן וועג אהער, זיצן שוין די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש און האלטן שוין טיף אינמיטן עוסק צי-צוגרייטן דעם זומער, מאכנדיג זיכער אז אלעס זאל זיין צוגערישט און אנגעגרייט אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם, אז ווען די קינדער קומען אן זאל שוין אלעס זיין אנגעגרייט אויף א גאלדענע טאץ, גרייט אויפצונעמען די קינדער מיט אפענע ארעם'ס זיי זאלן זיך שפירן אזוי ווי אינדערהיים (אדער נאך מער!).
די חשוב'ע משגיחים וואס זייער איינציגסטע ציל איז ארויפצוברענגען א שמייכל אויף די לעכטיגע פנימ'ער האבן אויפגענומען די קינדער מיט א ווארעמע ברוך הבא, און צוגעוויזן פאר די קינדער ווי עס געפונען זיך זייערע בעטן.
אנקומענדיג נעבן דעם בעט האבן די קינדער געטראפן אז זייער באקסעס וועלכע זענען שוין פון פריער אנגעקומען מיט'ן טראק, ליגט אנגעגרייט אויף זייער בעט גרייט אז מ'זאל עס אנהייבן אויסצופאקן (דאס איז אויך איינע פון די פילע אויפטוען וואס דער הנהלה האט איינגעשטעלט לטובת די טייערע תלמידים).
די קינדער האבן מיט די הילף פון זייערע משגיחים שיין אויסגעפאקט זייערע חפצים און מסדר געווען זייערע זאכן אין די שעלווס און אין די לאקער'ס און אריינגעלייגט אלעס על מכונו ומקומו.
די הערליכע אויפנאמע
ווען די טייערע קינדער זענען פארטיג געווארן מיטן זיך אויספאקן זענען זיי אראפגעקומען אין עס-זאל ווי זיי זענען ענטפאנגען געווארן מיט א ווארעמע "ברוך הבא" דורך דער געטרייער "ראש המשגיחים" הרב ר' אלטר וועבערמאן שליט"א אינאיינעם מיט'ן סגן ראש המשגיחים הרב ר' ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א.
די חשוב'ע ראש המשגיחים וואס גרייט זיך שוין פאר'ן זומער בשעת ווען עס בוזשעוועט נאך ביטערע פרעסטן אויף די ניו יארק'ע גאסן, האט גענומען די מייק אין די הענט און אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע רייד, משולב מיט געשמאקע מעשיות און זיסע ווערטלעך אריינצוברענגען א געשמאקע אטמאספער און א גוטע התחלה פאר דעם זומער תקופה וואס מ'הייבט אט אן.
די קינדער זענען געזעצן צוגענאגלט צו זייערע ערטער, בשעת'ן שלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער, ווען צו די זעלבע צייט ווערט סערווירט א ברייטע נארהאפטיגע מאלצייט צוגעשטעלט מיט א געוואלדיגע הרחבה שלא יחסר המזג.
דערנאך זענען די קינדער אריבער צו די בתי מדרשים פון די סניפים אונטער די אויפזיכט פון די מנהלים. מען האט אראפגעלייגט א ווארעמע מנחה, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א דרשה וואס די מנהלים האבן אויפגעטרעטן פאר די קינדער מיט ווארעמע ווערטער ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע געלעגענהייט וואס מען האט, און אז מ'דארף אויסנוצן דעם זומער צו שטייגן בתורה ויר"ש זיך געפינענדיג אין אזא הייליגע ריינע אטמאספערע אזוי ווי עס איז טאקע געווען די ציל פון מרנן רבותה"ק מייסדי המחנה.
די מנהלים זענען איבערגעגאנגען מיט די קינדער די סדר פון די פראגראמען, די גורלות און מתנות וואס עס וועלן געגעבן ווערן פאר די קינדער וועלכע וועלן זיך אויסצייכענען אין זייער אויפפירונג, און דאס האט נאכגעפאלגט א פלאמענדיגע מעריב ווי די קינדער האבן זיך אויסגעבעטן "השכיבנו אבינו לשלום" אז די נאכט זאל טאקע אריבערגיין בשלום מיט הצלחה ברוחניות ובגשמיות.
נאך מעריב זענען די קינדער ארויף צו די באנקס וואו די געטרייע משגיחים האבן זיי שוין אפגעווארט זיכער צו מאכן אז יעדער קינד האט אלעס וואס ער ברויך, און שטיין צוהילף מיט סיי וועלכע זאך מ'דארף מסדר זיין, די משגיחים האבן דערנאך גערעדט מיט יעדעם באזונדער און מיט א ווארעמקייט און הארציגקייט האבן זיי אויסגעהערט יעדן איינעם און פארשפראכן אז מ'וועט דא זיין פאר זיי במשך דעם זומער מיט סיי וואס מ'דארף און פארשפראכן אז עס וועט קומען א זומער צו געדענקען.
מיט דעם האט זיך געשלאסן דער ערשטער טאג וואס איז געווען דער התחלה פאר א הערליכע זומער הבעל"ט ווי די קינדער וועלן אויסנוצן און שטייגן בתורה ויראת שמים, להגדיל תורה ולהאדירה!
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!
די קינדער אין לאנטש רום ביים ברייטן ברוך הבא דורכן חשובן ראש המשגיחים ומנהל בית רחל הרב ר' אלטר וועבערמאן שליט"א און סגן ר' ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א
מנהל המחנה ר' אהרן ווייס ביים אפווארטן די קינדער פון שטאט מיט באסעס
די שעריף ביים האלטן קאנטראל מיט די קארן , די עלטערן וואס קומען אפברענגן די קינדער פערזענליך
הרבנו הנגיד ר' יואל ברא"י גאלדבערגער הי"ו נדבן שיכון גאלדבערגער אין קעמפ ביים ווערן אויפגענומען דורכן מנהל המחנה
Comments