top of page

אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינ"ו: שפאנענדע מאמענטום אין די חרדי'שע גאס צו געניאלע "חתונה נאכט ראפפעל" פון קופת הלבשה שע"י מתיבתא הק' סניף דברי יואל

הוא הגורל: עס געדענקט זיך גוט ווען אידן איבער די וועלט זענען געווען וואך מיט די איבער'ראשנדע און חידוש'פולע חתונה נאכט ראפעל וואס איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם זוממער תשפ''ג אינערהאלב ניו יארק און ארום,

אין א פריידיגע שריט ווערט יעצט פראקלאמירט ווידעראמאל דעם אייגענארטיגן כאראקטאריטישן ראפעל ווי דער געווינער וועט באקריגן אן אויסגעצאלטע חתונה נאכט אריינשליסענדיג אלע נאכפאלגנדע הוצאות דערגרייכנענדיג ביז צו דעם פאנטאסטישן סומע פון 30,000 $| קול מצהלות חתנים מחופתם: דרינגענדער קאמפיין ציל אריינצוברענגען לכה"פ פערטל מיליאן דאללאר צו באפעסטיגן דעם עקזיסטענץ פונעם וויכטיגן קופת הלבשה וואס שטאפירט אויס הונדערטער חתנים פון קאפ-ביז-פיס אין די ווערד פון 7 אלפים | נמנו חברים לדבר מצוה: ארמיי פון הונדערטער תלמידי הישיבה לאזן זיך ארויס מיט א פלאקערדיגע געשפאנטקייט אויפ'ן וועג לענגאויס אלע בתי מדרשים ברחבי ניו יארק וקנאדא צוזאם צוקלייבן נדבת העם און מזכה צו זיין דעם ציבור החשוב אין דעם ווערדפולן "חתונה נאכט ראפפעל" צו די שפאנענדע אינטערעסע פונעם גאנצן עולם, מיט פייערדיגע אנטשלאסנקייט אריינצוברענגען אינאיינעם גיגאנטישע סכומים! כי קרוב אליך הדבר: חסידי סאטמאר וועלן זיך אנשליסן און קויפן מינימום 7 ראפפעלס פאר $50 צו העלפן די אייגענע אחים לדעה

 

א 'ראפפעל' איז שוין בכלל נישט קיין חידוש היינט-צו-טאג. מדי יום ביומו ווערט די אידישע גאס פארפלייצט מיט ראפפעלס אויף פארשידענע ווערדפולע ארטיקלן, פארט אבער רופט ארויס 'דער ראפפעל' ספעציעלע אינטערעסע צווישן אלע שיכטן און קרייזן, צוליב די אויסטערלישע ווערד און נוצבארקייט פון דעם ראפפעל וואס רעדט צו יעדן איינעם, אפגעזען וועלכע קרייז, וועלכע קאטעגאריע, און וועלכע יארגאנג; נעמליך, ס'איז די רעדע פון געווינען אן "אויסגעצאלטע חתונה נאכט" בנוסף אויף נאך פארשידענע גרעסערע הוצאות, צו א טאטעל פון 30 אלפים! – מיט די אפציע צו קענען נוצן פאר זיך אדער איבערגעבן פאר א צווייטן, ווצב"ש טאטע, שווער, ברודער וכו' – א זעלטענער געווינס פון דערלייכטערונג און אויפלייכטונג, ברענגענדיג אומגעהויערע שמחה און מנוחת הנפש בעידן חדוותא!

דער ראפפעל איז פראקלאמירט געווארן דורך די בארימטע הילפס-קאסע "קופת הלבשה לחתנים" שע"י מתיבתא הק' סניף דברי יואל, וואס דינט אלס אדרעס פון הילף ארויסצוהעלפן יעדן נויטבאדערפטיגן מחותן און חתן מתלמידי הישיבה אויפ'ן העכסטן אופן בהצנע לכת ובדרך כבוד, קומענדיג אנטקעגן מיט פינאנציעלע הילף אין די ווערד פון 7 אלפים צו דעקן די הוצאות פון שטאפיר איינצוקויפן מלבושי כבוד צו די שמחה פון-קאפ-ביז פיס, אזוי ארום צוגיין צו די שמחה מיט גרויס דערלייכטערונג און שמחה, מלא שלוה, מנוחת הנפש והרחבת הדעת.

אין א העכסט-וויכטיגע שריט אוועקצושטעלן א פעסטע פינאנציעלע באזיס צום קיום פון אזא וויכטיגע קאסע שרבים צריכים לו, איז געלאזט געווארן אין גאנג דעם גרויסארטיגן ראפפעל, צילנדיג אריינצוברענגען מינימום פערטל מיליאן דאלאר צו קענען פינאנצירן דעם יערליכן בודזשעט, אלזא איז מיט רעכט צו ערווארטן א הייסע אנשליס פונעם גאנצן ציבור צווישן אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קוקן ארויס דערויף מיט ציענדע אינטערעסע און ווילן האבן א חלק להכניס שמחה ואורה בבתי ישראל.

ספעציעל איז צו ערווארטן נאנטע ברידערליכע חיזוק פון חסידי סאטמאר, וואס האלטן מיט פונדערנאנט די שטארקע הילפסבארקייט פונעם קופה און וועלכע וועלן זיך אנשליסן מיט גרעסערע שטיצע, מינימום 7 ראפפעל-טיקעטס פאר 50 דאלאר, און דערמיט ארויסווייזן סאלידאריטעט מיט די אייגענע אחים לדעה, חברים, ידידים, ברודער און קרובים, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף די הילף פונעם קופה בעת שמחה.

ס'איז גאר א מינימאלע אינוועסטמענט פאר אזא גרויסן געווינס; 1 פאר 20 דאלאר, 3 טיקעטס פאר 36 דאלאר, 7 פאר 50 דאלאר און 15 טיקעטס פאר בלויז 100 דאלאר.

מהר אהוב כי קרוב יום הגורל; די צייט איז גאר קורץ, יעדן טאג ציילט, אט אט איז דער טאג; אי"ה דאנערשטאג בהעלותך ווערט ארויסגעצויגן דער גורל.

מ'קען קויפן דעם ראפפעל 24 שעה, שנעל און גרינג, אויפ'ן אויטאמאטישן ראפפעל-ליין:  845.799.8080.

קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה.







 

Comments


bottom of page