גרעסטע היכל ביהמ"ד אויפן בארג אין ישיבה סניף ויואל משה איבערגעפילט מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע זעקס סניפי הישיבה – לענגערע דברי הדרכה לימי הקיץ איבערגעגעבן געווארן דורכן רבין שליט"א
קרית יואל. - די אריבער 1,200 תלמידי המתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר זענען זיך דעם פארגענגענעם דינסטאג אמור צוזאמגעקומען אין היכל הישיבה גדולה סניף ויואל משה, און מיטגעהאלטן די דרשות פתיחות זמן הקיץ וועלכע איז איבעגעגעבן געווארן דורך ראש הישיבה כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א וועלכע האט פאר א לענגערע צייט איבערגעגעבן דברי הדרכה והשקפה פאר די תלמידי הישיבה אריינטרעטענדיג אין די ימי הקיץ.
טראץ וואס די דרשות פתיחות הזמן איז פארגעקומען אין די גרעסטע היכל ביהמ"ד אויפן מתיבתא בארג, זענען ארויסגענומען פון ביהמ"ד אלע טישן און אויסגעלייגט געווארן פון עק צו עק בלויז מיט בענק, כדי צו קענען אריינעמען די פלייץ פון די תלמידי הישיבה וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די דרשהות פתיחת הזמן.
נאך מנחה האט דער רבי איבערגעגעבן די דרשה פתיחות הזמן פאר א לענגערע צייט דער רבי האט אנגעהויבן צום ערשט מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך ארומגערעדט איבער דעם וואס מען לערנט יעצט אין ישיבה פרק המפקיד די הלכות פון שומר חינם און שומר שכיר, און שטארק מעורר געווען אויסצוניצן די בחור'ישע יארן בתורה ויראת שמים און זיין א שומר אויף די נשמה און בויען א פעסטע יסוד פאר די גאנצע לעבן.
דאן איז די רבי אריבער ארומצורעדן מיט דברי הדרכה ומוסר פאר די בחורים לקראת דעם נייעם זמן.
און די זעלבע האט די רבי אויפגעפאדערט צו האלטן אלע אנדערע זמני וסדרי הישיבה, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, און אזוי אויך צו לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, וועלכע ווערט אפגעראכטן בצוותא חדא מיטן רבין אויף א געהויבענעם שטייגער יעדע וואך, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מעורר געווען צו טוהן חסד איינער מיטן צווייטן סיי בדיבור און סיי מיטן גיין נאך געלט, און איבערגע'חזר'ט די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות.
דאן האט די רבי שארף ארויסגעטרעטן קען די לעצטערע פארמערטע פירצה פון דרייוון ביי תלמידי הישיבה.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים בעניני השקפה וציונות, און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און איבער די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע זייענדיג סטאנצענירט נעבן דעם ציון הקדוש, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
דאן זענען זיך די תלמידי הישיבה צוגאנגען איש על מחניהו ואיש על דגלו ווייטער פארצוזעצן מיט די לימודים ביתר שאת ויתר עוז, אנגעשעפט פון די דברי הזחזקות.
לכו בנים שמעו לי יראת השם אלמדכם