שטייענדיג אין די יעצטיגע טעג אין וואכן ווען עס לויערט אויף די קעפ פון די טויזענטער בני הישיבות בארץ הקודש א שרעקליכע געפאר פונעם ביטערן גזירת הגיוס, זענען נעכטן אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה אריין בקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים דקהל יטב לב, וועלכע זענען אקטיוו א גאנץ יאר אין די שטארקע פעולות למען תושבי ארץ הקודש, און איבער די ביטערע גזירות על הדת דורך די רשעי ישראל, ווי מען איז איבערגעגאנגען און אויסגעשמועסט פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מטן רבין די ווייטערדיגע פלענער צו באקעמפן דעם ביטערן גזירת הגיוס בארה"ק, וועלכע האט זיך גאר שטארק פארערגערט אין די לעצטערע תקופה רח"ל.
צווישן אנדערע איז מען איבערגעגאנגען די פלענער און דעטאלן פונעם יום תפילה וזעקה רבתי וואס דער רבי האט פארריפן אויפן קומענדיגן חודש אלול הבעל"ט, מרעיש עולמות צו זיין איבער די גאנצע וועלט איבער די שרעקליכע גזירה.
למען ציון לא נחשה
Comments