top of page

אנשי שלומינו אין אנטווערפן איינגעהילט אין פרייד מיטן בשורה טובה פונעם באזוך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט אויפן וועג צום מסע הקודש לעיר האבות סיגוט

צהלי ורוני יושבת אנטווערפן

אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אונטערנעמען א קורצע ביקור חיזוק בקרב קהילתינו הק' אין שטאט אנטווערפן, קומענדיגן דאנערשטאג מטו"מ אויפן וועג צום מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט.

רבינו שליט"א וועט אנקומען אין שטאט אמסטערדאם - האלאנד דאנערשטאג אין די פארטאגס שעה'ן און צופארן מיטן באן א וועג פון בערך א שעה צום שטאט אנטווערפען, וואו רבינו שליט"א איז ערווארטעט אנצוקומען בערך אום 7:30 אינדערפרי און ווערן אפגעווארט דורך צענדליגער אנשי שלומינו פון שטאט אנטווערפן.

פאר תפילת שחרית וועד דער בי אנקומען צום סדר הלימוד דורך די תלמידי הישיבות אינעם היכל בבית מדרשינו הגדול.

רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו דקהילתינו הק' אין אנטווערפען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו בחורי חמד און ילדי תשב"ר תושבי העיר,

נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים פארן גאנצן ציבור וואו רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי העיר.

אין די פארמיטאג שעה'ן וועט פארקומען א באנקעט לטובת החזקת קהילתינו וישיבתינו הק' אין אנטווערפן, ווי די גרעסערע נדיבים בעם פון איבער די וועלט וועלן זיך אנשליסן מיט גרויסע סכומים.

אום 2:30 וועט רבינו שליט"א אנקומען בהיכל הישיבה קטנה וואו רבינו שליט"א וועט פארלערנען א שיעור סגיא פאר די בחורים, און דערנאך דאווענען תפילת מנחה בהיכל הישיבה.

דערנאך וועט זיין זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי אנטווערפען לברך ולהתברך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א.

שפעטער אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:00 וועט זיך רבינו שליט"א הייבן מיט א פריוואטע פליגער צום שטאט באניע - רומעניע, וואו רבינו שליט"א וועט צופארן צום עיר האבות סיגוט און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק'.

בזמן שהצדיק בעיר




Comments


bottom of page