top of page

אנ"ש וויליאַמסבורג פאָלגן נאָך מיט עקסטאַז גאַלאָפירנדע השלמה פונעם מגדל אדיר 7-שטאָקיגע סטרוקטור "בנין הישיבות קטנות" אויף העריסאן

מאַיעסטעטישע 7-שטאָקיגע סטרוקטור ביי העריסאן-הויז פולקאָם אַרויפגעצויגן; מאַרשירנדע אינערליכע אינסטאָלאַציעס; רונדע-די-זייגער קאָנסטרוקציע אין געיעג צו באַנייען דעם בנין ביז חנוכה תשפ"ה בעז"ה

ענדליך! בחורי מוסדותינו הק' וומסב"ג גרייטן זיך צו טרעפן זייער מקום מנוחה רחבת ידים ווען 3 ישיבות קטנות וועלן באַנייען די פרעכטיגע שטאָקן – גאַנצער אומגעגנט אין שפאַנונג צו אַ פרעכטיגער ביהמ"ד גדול דקהלתינו הק'

אשרי העם שככה ל"ו:

געמיינזאמע "תבנה ותכונן" פלאקער ביים גאנצן ציבור, צו העלפן ערגענצן דעם בנין, און פארווירקליכן די לעכצנדע 'לבוא אל המנוחה ואל הנחלה' פאר די ישיבות קטנות

שוואונג פונעם "תבנה ותכונן" קאמפיין ווערט געלאזט אין גאנג; יעדער קויפט א זכות שותפות אינעם בנין מיט'ן סכום פון $3,600 – יחד לבנות ולגמור!

"ברוך שהגיענו למקום הזה!" מיט אויסטערלישע שמחה ווערט נאכגעפאלגט ביי אלפי אנ"ש תושבי וויליאמסבורג די אומגלויבליכע דערגרייכונג, ווען עס האלט שוין נאנט צום גמר פונעם בנין אדיר ומפואר "בנין הישיבות – בנין בערקאוויטש", וואס וועט איינמאל פאר אלעמאל אוועקשטעלן א פערמאנענטע אכסניא של תורה פאר די בארימטע "ממלכת התורה" ד'מוסדותינו הק'.

ויעבור הרנה במחנה! ווי שמחה'דיג האבן גערוישט די געפילן ביים ציבור, הערנדיג די בשורה מרנינה, אז די ממלכת האט געקויפט אן אייגענעם בנין! נישט נאר א בנין פאר איין ישיבה, און נישט נאר פאר צוויי, נאר א ריזן געביידע פאר א פערמאנענטע אכסניא פאר'ן "ממלכת התורה"..

די הנהלה איז דאן אריינגעשפרינגען אין א מעגא "צוואנציג מיליאן דאלאר" אונטערנעמונג, אפקויפענדיג דעם בנין הגדול אויף העריסאן קאר. הויז סטריט, וואו עס ווערט אויפגעבויט א פראכטפולער "בנין הישיבות – בנין בערקאוויטש".

אינעם בנין החדש וועלן קווארטירט ווערן דריי ישיבות, יעדע ישיבה אויף א באזונדערע שטאק, מיט באזונדערע אריינגענג, און באזונדערע אויסגערישטע היכלי התורה און באקוועמע צוגעהערן, ווי א בנין פאר זיך. עס וועט בעז"ה ברענגען א היסטארישע דערלייכטערונג פאר די סאטמארע ישיבות קטנות אין וויליאמסבורג, צום ערשטן מאל זייט איר גרינדונג.

די בוי-ארבעט לויפט העפטיג פאראויס אויף אלע פראנטן. נאכ'ן קאמפלעט פארטיגן מיט'ן ארויפציען די צוויי נייע שטאקן, ווען עס פינקלט שוין מיט'ן פולן שיין די גיגאנטישע זיבן-שטאקיגע סטרוקטור, האט מען זיך גענומען מיט די אינערליכע אינסטאלאציעס, וואס מארשירט פאראויס אין גאלאפירנדע שוואונג.

מ'האט שוין פארענדיגט אינסטאלירן די 'פלאמבינג', 'עירקאנדישאן', און אנדערע צענטראלע איינריכטונגען, און מ'האט דערויף אנגעהויבן לייגן 'שיטראק', און דערויף פאלגט נאך דאס אינסטאלירן 'טיילס', א.א.וו. צו ערגענצן דעם בנין בכליל תפארת.

מען ארבעט רונדע די זייגער אין געיעג צו האבן דעם בנין פארטיג מיט'ן מולטי צוואנציג-מיליאן דאלאר פראיעקט אויף דעם קומענדיגן חנוכה תשפ"ה, בשעטומ"צ, ווען עס וועט זיך אזוי געגאסן זינגען ביי די חנוכה-ליכט: 'אז אגמור בשיר מזמור חנוכת' בעז"ה.

יחד לגמור!

כדי דאס זאל טאקע קענען פאסירן פאדערט זיך די מיטשפאן פון כל הקהל הקודש, יעדער פאלגט נאך מיט שפאנונג און עקסטאזפולע הרגשים דעם מעכטיגן פראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה, וואס פעלט זיך אזוי קריטיש וויכטיג אויס למען עתיד דורותינו, און צוזאמען מיט דעם טוט יעדער זיך אנגארטלען מיט א פלאקערדיגע גייסט פון צולייגן א הארציגע פלייצע, נעמען א זכות שותפות אינעם בנין החדש, אומשאצבארע זכותים וואס וועלן באגלייטן אויף שטענדיג.
























Comments


bottom of page