top of page

אלפי חסידי סאטמאר ציילן די שעות צום געהויבענעם יו"ט שבועות בצל הקודש פונעם רבין שליט"א וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן דורך אלפי חסידי סאטמאר וועלכע וועלן איבערפילן די ריזיגע גאלעריען אינעם גאנצן ביהמ"ד

איבער 5,200 זיץ פלעצער זענען גרייט צו אקאמעדירן די טויזענטער חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטעיר ניו יארק.

מיט געהויבענע געמיטער גרייטן זיך אנ"ש מיטצולעבן דעם הייליגן יום טוב שבועות אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און מטעם הנהלת קהלתינו הק' ווערט אַריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות צו קענען אויפנעמען דעם פלייץ פון טויזנטער אנ"ש פון נאָנט און ווייט וואָס וועלן מיטהאַלטן דעם גאַנצן יום טוב.

דער יום טוב שבועות איז יאָר-יערליך דער זמן קהלה לכל, און מדי שנה בשנה ווערט נתרבה דער ציבור אידן וואָס קומען אַרויס קיין קרית יואל, אידן וואָס זוכן וואַרעמקייט, און קוקן אַרויס מיטצוהאַלטן א יום טוב אויפ'ן געהויבענעם שטייגער, צו קענען מקבל זיין פונעם יום טוב די גרויסע אורות און געוואַלדיגע השפּעות פון תורה און קדושה וואָס דער יום טוב ברענגט מיט זיך.

אנ"ש קוקן אַרויס בכליון עינים אויף די געהויבענע און הייליגע זמנים וואָס מען וועט אי"ה מיטלעבן במשך דעם גאַנצן יום טוב, ביי וועלכן אנ"ש וועלן זיך אָנשעפּן מיט רוחניות'דיגע השפּעות פון אהבת תורה ויראת שמים אויפ'ן גאַנצן יאָר.

עס איז אויפגעשטעלט געווארן נאָך א דריטן גאַלאַריע צום ביהמ"ד הגדול, צו קענען נאָכקומען דעם מאַסיוון פלייץ פון אנ"ש וואָס זוכן צו דינגן א זיץ אין ביהמ"ד הגדול לקראת חג השבועות הבעל"ט.

זינט מען האט אָנגעהויבן צו פאַרדינגן די זיצן אין ביהמ"ד הגדול, זענען אלע זיצן שנעל אויסגעכאַפּט געוואָרן דורכ'ן ריזיגן ציבור, סיי פון דאָהי און סיי פון אַנדערע מקומות, וועלכע האָבן זיך צוגעאיילט ארויסצודינגן די זיצן, אָבער אַלע זיצן, די צוגעלייגטע מיט די ביז-איצטיגע, אַלע זענען בליץ-שנעל צוכאַפּט געוואָרן, און די וואָס זענען שפּעטער אין די וואך געקומען דינגן זיצן, האָבן שוין ווייטער נישט געטראָפן קיין ליידיגן זיץ וואָס צו דינגן.

*ווידעראַמאָל וועלן אנ"ש פון דאָהי און פון אַנדערע מקומות מאַכן די ריכטיגע הכנה לתפלה דעם צווייטן טאָג שבועות, ווען מען וועט – ווי אין די פארגאנגענעם יאהרן – זיך צוזאַמקומען מיטצוהאַלטן דעם סדר הלימוד קודם התפלה, עוסק צו זיין צוויי שעה פאַר'ן דאַווענען מיט גרויס התמדה.

דער סדר הלימוד קודם התפלה איז איינגעפירט געוואָרן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואָס האָט מעורר געווען דעם ציבור, אַז מען דאַרף אין אַזאַ גרויסער טאָג ווי שבועות, זמן מתן תורתינו אויסנוצן די צייט אויף עוסק צו זיין בתורה, און נישט דורכלאָזן דעם טאָג אן גאָרנישט.

אויך דאָס יאָר וועט – כפי רצון כ"ק מרן רבינו שליט"א – ווייטער אָפּגעהאַלטן ווער דער סדר הלימוד פונעם צווייטן טאָג שבועות אינדערפרי, וכולא עלמא מודי דשבבת נתנה תורה, איז זיכער אַז אנ"ש וועלן אויסנוצן דעם גרויסן טאָג פון ב' דחג השבועות וואָס געפאַלט דאָס יאָר אום שבת קודש, אויף עוסק צו זיין בתורה בהתמדה רבה.

אין די שעה'ן גייען אָן די לעצטע גרויסאַרטיגע הכנות, מסדר צו זיין דעם ביהמ"ד הגדול מיט אַלע איינריכטונגען וואָס פעלט זיך אויס, לטובת דעם ריזן ציבור אנ"ש וואָס זענען ערוואַרטעט מיטצוהאַלטן דעם הייליגן יום טוב שבועות בצל הקודש.

באַזונדער גייען אָן די הכנות אויסצושטעלן דעם ביהמ"ד הגדול מיט די ריזיגע קאַנעס וואַסער, און גרויסע טעפּ קאַווע, קידוש-פּעקלעך און נאָך, מיט א געוואַלדיגע הרחבה אַז עס זאָל זיין גענוג פאר יעדן איינעם און אַז יעדער זאָל קענען לייכט צוקומען צו אַלע איינריכטונגען.

 ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד















Comments


bottom of page