top of page

אין די סעריע מסיבות דעם זומער לטובת מוסדותינו הק' אין לינדען: צווייטע הצלחה'דיגע מסיבה "על דורותינו" פארגעקומען אין שטאט בארא פארק

צענדליגער אנ"ש תושבי בארא פארק האבן זיך באטייליגט ביים רייכן מסיבה לטובת די פריש אויפבליענדע מוסדות סאטמאר אין שטאט לינדען, וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר’ משה יוסף צענווירטה הי"ו, וועלכע האט געפענט זיין שטוב פאר די וויכטיגע מסיבה של מצווה ארויסצוהעלפן אוועקשטעלן דעם פרישן צווייגעלע אינדערהאלב די סאטמארע אימפעריע.

דער מסיבה איז פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג שלח, ווען עס איז געקומען די רייע אויך פאר אנשי שלומינו אין שטאט בארא פארק צו ארויסהעלפן די סאטמארע מוסדות אין שטאט לינדען.

דער מסיבה איז פארגעקומען אויף א עלעגאנטע און פראכטפולע פארנעם ווערענדיג באטיטעלט מיטן פאסיגען נאמען "על דורותינו",

די מסיבה איז אפגעראכטען גאווארן אויף א רייכע פארנעם בבית הרה"ח ר’ משה יוסף צענווירטה הי"ו, חתן הרה"ח ר’ מאיר לייב זעלצער הי"ו, מחשיבי זקני תלמידי המוסדות.

אריינגעפירט דעם מסיבה האט הרה"ח ר’ משה האראטשטיין הי"ו, מחשיבי אנ"ש אין שטאט לינדען, וועלכע האט ארויסגעברענגט פון זיין קוק ווינקעל וואס עס מיינט עפענען א נייע מוסד אין אזא יונגע שטאט ווי לינדען.

דאן האט מען געהערט די ווערטער פונעם חשובען מנהל המוסדות בנש"ק הרב ר’ דוד האלבערשטאם שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט פון א רוחניות’דיגע שטאנדפונקט די אויסטערלישע הצלחה וואס מען זעהט ב"ה ביי די תלמידי המוסדות, וועלכע וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים צווישן די ווענט פונעם מוסד מיט איר געטרייע מרביצי תורה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה ודברי ברכה הגה"צ אבדק"ק דקהלתינו הק' לינדען שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די שטארקע חיוב וואס עס ליגט אויף זיידעס ארויסצוהעלפן די אייניקלעך צו לערנען תורה אומגעשטערט.



 

 

Σχόλια


bottom of page