top of page

איבעראשנדע התרגשות עילאה און שמחת התורה ביי בחורי חמד תלמידי ישיבה גדולה אין בני ברק כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז משמיע דורך הוק-אפ א ספעציעלע שיעור סוגיא

תלמידי הישיבה געהאט די זכיה צו הערן די שיעור אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה אין מסכת קידושין וואס ווערט אצינד געלערנט בין כותלי הישיבה

 

פארגאנגענעם זונטאג פארנאכט'ס פרשת פנחס האט א התרגשות פון עקסטאז און פרייד באנומען די בחורי חמד תלמידי ישיבת מהרי"ט ד'סאטמאר אין בני ברק ווען אין א איבעראשנדע אופן איז געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה אז ביז עטליכע מינוט וועט מען האבן די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים מפי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דורך א הוק-אפ ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה.

די הקדמה דערצו האט זיך אנטקוויקלט פארגאנגענעם ליל שישי ווען איינער פון די חשוב'ע לאנג-יעריגע מרביצי תורה אין די ישיבה הגאון המפו' רבי יצחק ארון איזראעל שליט"א האט געוויילט צו גאסט אין אמעריקא און ער איז אל הקודש פנימה זיך צו געזעגענען ביים רבי'ן, בתוך הדברים האט ער זיך פארגעשטעלט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה און איבערגעגעבן א לעבדיגע גרוס פון די הצלחה און הרמת קרן התורה פון די ישיבה פון וועלכע דער רבי האט געהאט גרויס קורת רוח און תענוג רוחני.

דאן האט ער פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן עטליכע בירורים אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה וואס ווערט אצינד געלערנט אין די ישיבה, דער רבי האט מיט אים צולל געווען אין די עומקי הסוגיא, ווען צום ענדע האט דער רבי זיך אנגערופן אז ער וויל אליינ'ס פארלערנען א שיעור פאר די בחורים אין די סוגיא, און טאקע זונטאג אוונט איז דאס צושטאנד געקומען לגודל זכייתם ושמחתם פון די תלמידי הישיבה.

דער רבי האט אנגעהויבן זיין שיעור מיט דברי שבח איבער די שיינע גריסן וואס ער ערהאלט פון די ישיבה פון די התמדת התורה און פון די מדריגות נעלות ונשגבות וואס די בחורים שטייגן מיט גרויס מיה און הצלחה, דאן האט דער רבי משמיע געווען א שיינע שיעור אינעם אויבנדערמאנטע סוגיא פון אשלד"ע ווי די בחורים זענען די גאנצע צייט געזעצן ווי צוגענאגלט צו די ערטער מיט געהויבענע התרגשות און אפגעשריבן די שיעור נישט וועלנדיג פארפאסן קיין איין ווארט וואס איז יוצא מפי הקודש.

ביים ענדע האט דער רבי מאציל געוען מברכותיו הטהורים פאר די תלמידים און פאר די מרביצי תורה מ'זאל קענען ווייטער שטייגן מחיל אל חיל אין תורה ועבודה ויר"ש מיט הצלחה רבה.

די שיינע און ווארימע שיעור האט באצויבערט די בחורים און איז די שיחת היום איבערלאזנדיג א שטארקע רישומא קדישא ביי יעדן איינעם.

 

Comments


bottom of page