top of page

אומפארגעסליכע היסטארישע שבת אינעם שול הויף בעיר האבות סיגוט בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די הונדערטער באטייליגטע אנשי שלומינו פאר א לענגערע צייט

די אריבער 500 באטייליגטע אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטען דעם אויסטערליש דערהויבענעם דרייפאכיג דערהויבענעם שבת קודש פרשת מטו"מ - שבת מברכים חודש מנחם אב - שבת הילולא קדישא פונעם ראש השושילתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע בצל הקודש פון ממלא מקומו וממשיך דרכו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר האבות סיגוט  זענען נאך אונטערן בערן און פלאקער פון דעם שבת המרומם וואס האט אנגעצינדען די הרגשים ביי אלע באטייליגטע וואס וועט אויף לאנגע יארן בלייבן אינגעקריצט אין די הערצער פון די משתתפים.

די שבת איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר בעיר האבות סיגוט יע"א אינעם ביהמ"ד הגדול והמפואר שול הויף אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן זיך נישט געקענט זען פארפאסן אזלכע געהויבענע שעות פון דעם גאנצן שבת.

ערש"ק ארום 8:20 - צוואנציג מינוט פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל הביהמ"ד.

פאר תפילת מנחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בהיכל הביהמ"ד מיט א דרשת הכנה לשב"ק בגודל מעלת וקדושת השבת.

ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש מעוטף בטליתו, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אויסגעשריגן "הודו לה' כי טוב" בקול רם ובהתלהבות אש, און גאר שטארק מאריך געווען ביי חזרת הש"ץ בקול בכי ובהתעוררות רב.

צו קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און דערמאנט פארצוזאגן מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.

במשך אלע תפילות האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק.

נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און דערנאך איז דער רבי אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען בשעת מען האט אויסגערישט דעם היכל הביהמ"ד פאר די סעודה ועריכת שולחן הטהור.

הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בוומ"ס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בגודל קדושת המקום והזמן אינעם חדר האוכל.

"סעודתא דחקל תפוחין קדישין"

ארום 11:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור בהיכל הביהמ"ד,

אויפ'ן אויבנאן האבן באשיינט פילע רבני קהלתינו הק' ובני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א,

און די היכל הביהמ"ד איז געווען פיל געשטאפט מיט הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש.

דער רבי האט אנגעהויבן די שלום עליכם מיט אן אויסטערלישע קאך און ברען אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א התלהבות אש קודש.

מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

דער רבי האט קידוש געמאכט בקול רם באש להבת שלהבת, און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור, מען האט אראפגעשיקט קידוש וויין, און דער עולם האט זיך געוואשן צום סעודה,

במשך די טיש האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות בהתרוממות הנפש,

מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א - לאנדאן.

מנוחה ושמחה: הרב נפתלי בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א - לאנדאן.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'נחנו נעבור חלוצים' און עס אויסגעטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - מאנטשעסטער.

ברכת המזון: הגה"צ רב דקהלתינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.

דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.

קה רבון עלם: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א - ב"פ.

מען האט אויפגעגעבן פירות און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די קינדער.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,

מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה און פאר אנדערע אנשי שלומינו לרגל שמחות נכדיהם הנולדים להם למז"ט.

אז ביום השביעי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א - ק"י, מו"ל ספר אוצרות ישמח משה.

מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:40.

וביום השבת

שבת קודש אינדערפרי פאר תפילת שחרית האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בק"י מיט א דרשת הכנה לתפילה במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע - אינעם היכל הביהמ"ד.

צו ברכות האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

פסוקי דזמרה: הרב חיים בן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - ב"פ.

דער בעל תפילה האט פארגעזאגט הלל הגדול און די שירת הים פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט

בהשתפכות הנפש ובהתעוררות רב, בפרט ביי אהבה רבה ווי דער רבי האט פארגעזאגט מלה במלה בבכיות עצומות, און אזוי אויך ביי ממקומך ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.

פארן ליינען האט הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו - מעסקני השוהל הויף, פארקויפט די עליות,

די עליות האבן זיך פארקויפט פאר ריזיגע סכומים וואס איז געגאנגען פאר די הוצאות המקום.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו - ק"י.

פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפן.

בעל קורא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.

לוי: הרה"ח ר' משה יצחק רייזמאן הי"ו - ק"י.

שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.

רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - ק"י.

חמישי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו - ק"י.

דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו,

דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.

אחרון - חזק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו - ק"י.

מפטיר: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו - ב"פ.

הגבה: הרה"ח ר' שמחה שלמה יצחק ב"ר ישראל וויינשטאק הי"ו - ב"פ.

גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו - ק"י.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות,

און הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען, איז מכובד געווארן איבערצונעמען די ספר תורה פון רבינו שליט"א נאכן ר"ח בענטשן.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק.

פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר ישראל ישכר לעוו שליט"א - אנטווערפן.

מען האט געענדיגט ארום 1:50.

דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט קידוש געמאכט אינאיינעם מיט די בני המשפחה,

ביים קידוש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הולדת הבת פון נכד רבינו בת הנולדה אצל הרה"ג ר' ליפא אשכנזי שליט"א,

בשעת מעשה איז פארגעקומען א קידושא רבא פאר די פילצאליגע געסט, און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פארציילנדיג סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זי"ע.

"סעודתא דעתיקא קדישא"

ווי נאר די ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט געווארן פאר די סעודה האט דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צום סעודה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א -

מו"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפן,

ארום 2:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש בהיכל הביהמ"ד,

דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

די סעודה איז אפגעראכטן געווארן אויף א דערהויבענעם פארנעם בשירות ותשבחות, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שב"ק און אזוי אויך מיט ניגוני גלות וגאולה וואו דער רבי האט מוריד געווען דמעות בצפייה לגאולה,

נאך די אייער צוויבל האט דער רבי געזינגען חי ה', און פארענדיגט מיט די תנועה פון 'גלות גלות' כנהוג,

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די חברי הוועד וואס דער רבי האט

ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג צו שאפן ביליגע דירות אין ק"י,

ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.

ברוך קל עליון: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

יום זה מכובד: הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו - חבר הנהלת ק"י.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אין די וואכעדיגע פרשה 'נחנו נעבור חלוצים' און עס אויסגעטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק'

לאנדאן שליט"א,

מען האט געענדיגט ארום 4:30.

ארום 7:30 נאכמיטאג האט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד,

דער רב האט זיך געשטעלט אויף די משנה 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא' און אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און פון רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע, און ארויס געברענגט צווישן אנדערע די גרויסע כח פון די צדיקים צו פועל'ן אויך נאך זייער הסתלקות, וגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.

צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א - ק"י.

ביים ליינען זענען מכובד געווארן:

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.

בעל קורא: ר' מאיר ב"ר יעקב שרייבער הי"ו - לאנדאן.

כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ק"י.

לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו.

שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ק"י.

דער רבי איז געגאנגען הגבה.

גלילה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו ק"י.

"דא היא סעודתא דזעיר אנפין"

נאך מנחה איז דער רבי ערשינען אויפן אויבן אן צו סעודה שלישית,

מען האט אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר,

דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.

דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - מראה"ק לאנדאן.

אודה האט מען געזינגען אויפן ניגון פון "היה עם פיפיות" פון מרן בעל עצי חיים זי"ע.

שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.

דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לא יחל דברו, זאגט די מדרש יחל ישראל אל ה' מעתה ועד עולם, לכאורה וואס איז די שייכות צווישן די צוויי מימרות.

דער זיידע דער ייטב לב זי"ע טייטשט אויף די מימרא 'מפני מה היה אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפילתן של צדיקים' אז וויבאלד נישט יעדע איד איז ראוי צו געהאלפן ווערן ווען ער האט א פראבלעם אבער אויב האט א צדיק געהאט דעם פראבלעם און האט מתפלל געווען אויף דעם העלפט עס פאר אנדערע מענטשן אויך,

דער זיידע דער קדושת יו"ט זי"ע שטעלט זיך אויך אויף דעם, ער זאגט ס'שטייט ביי שרה אמנו הרבה עקרות נפקדו עמם, טייטשט דער קדושת יו"ט זי"ע אז דאס גייט ארויף אויף שפעטערדיגע דורות עד עולם, שרה אמנו האט אויסגעפועלט פאר די שפעטערדיגע דורות, אסאך אידישע קינדער וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן,

אז א איד שטעלט זיך דאווענען פאר זיך און פאר אלע אידן, ער וויל פועל'ן ישועות, הייבט ער אן אריין טראכטן מה אנו מה חיי, איך קען פועל'ן א ישועה? אבער אז מ'דערמאנט חסדי אבות, מ'דערמאנט זכות אבות, די כח פון זייער תורה, זייער צדקות, זייער כח צו פועל'ן ישועות, בפרט אז מען איז זוכה צו זיין אויף דעם מקום וואו זיי האבן געדינט עבודת הקודש בכל נימי נפשם, זיי האבן פארשיינט די וועלט בקדושתם, אונז שטיי מיר דא אויף דעם פלאץ! דא איז דער זיידע דער ישמח משה געקומען אהער שבת קודש, געזאגט א דרשה און מעורר געווען אידישע קידער צו תשובה, דא האט משמש געווען ברבנות דער זיידע הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע 6 יאר, דער זיידע דער ייטב לב זי"ע 25 יאר, דער זיידע דער קדושת יו"ט זי"ע 21 יאר, דער זיידע דער עצי חיים זי"ע 22 יאר, כולם שוין לטובה! זיי האבן מרומם געווען דעם קרן התורה, מרביץ תורה געווען פאר בחורי חמד, אריין געשיינט אידישע הערצער תורה, יראת שמים, מדות טובות, און חסידות פאר טויזנטער אידן במשך הדורות, מעורר געווען לתשובה מיט דרשות חוצבים להבות אש, דא האבן זיי אויסגעוויינט און אויסגעוואשן אידישע הערצער צו תשובה שלימה, דא האבן זיי גע'פועל'ט ישועות מיט די תפילות, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער, מיט רפואות, מיט פרנסה, באפרייט געווארן פון מיליטער, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט קענען מגדל זיין ערליכע לעכטיגע דורות על דרך התורה יראה וחסידות!! קען מען זאגן "לא יחל דברו" לא יעשה דבריו חולין, מ'קומט דא מתפלל זיין, מען זאל נישט זאגן איך בין נישט ווערט מתפלל צו זיין, איך בין נישט ווערט צו פועל'ן, לא יחל דברו, יחל ישראל אל ה', אידן זאלן ארויס קוקן און האפן אל ה', ה' פקד את שרה מיט מידת הרחמים, מידת החסד ורחמים אפילו אויף די שפעטערדיגע דורות ווי דער זיידע דער קדושת יו"ט זאגט.

'יחל ישראל אל ה' מעתה ועד עולם' עד ימינו אלה, אונז זענען דא, מיר האפן געהאלפן צו ווערן מיט אלע בקשות,

דער זיידע אין עצי חיים פרשת תרומה ברענגט די גמרא אז די אבות זענען מתפלל, זאגט דער זיידע אז דארט וואו זיי פלעגן מתפלל זיין בחיים חיותם קומען זיי לאחר פטירתם צום זעלבן מקום,די גמרא זאגט אין מסכת סוטה א גזירה שוה, ויהי שם בהר, וימת שם משה, מה שם עומד ומשמש אף כאן עומד ומשמש, א לשון פון חז"ל מה להלן עומד ומשמש, אף כאן, וואס הייסט כאן? ס'דארף ווען שטיין אף שם, לאחר פטירתו דארט אויבן אין הימל, אבער ניין, ס'שטייט אף כאן, משה רבינו איז דא מתפלל לאחר פטירתו! נישט אין הימל, נאר דא אויף די וועלט!

דא וואו די צדיקים האבן גע'פועל'ט ישועות, דא וואו זיי האבן מעורר געווען, דא וואו זיי האבן עומד ומשמש געווען אין עבר, אויך יעצט זענען זיי ווייטער מתפלל דא,

אונז זעמיר דא, אידישע קינדער קוקן ארויס אויף ישועות אין די אלע ענינים, ברכת הבנים, רפואות, פרנסה בהרחבה, פריי ווערן פון מיליטער, גוטע שידוכים, מגדל זיין ערליכע דורות ישרים ומבורכים אין די שווערע זמנים מיט די שווערע נסיונות, ערליכע לעכטיגע קינדער ע"ד האבות, מ'האפט אז אלע וואס זענען דא גייען אהיים גיין מיט א סל מלא ברכות וישועות אין אלע ענינים,

היינט איז די יארצייט פון זיידע ישמח משה זי"ע, עס איז באקאנט אז ער האט אמאל געהאט א שווערע הזכרה האט ער געשיקט א שליח צו דער רבי ר' מענדעל'ע מרימנוב זי"ע, האט ער משיב געווען אז ער קען אליינס, ער זאל אליינס פועל'ן,

"משה רבינו זאגט פאר די ראשי המטות לא יחל דברו, לא יעשה דבריו חולין, לאז נישט אוועק מאכן דיין כח התפילה, נאר אליינס זאל ער פועל'ן פאר אידישע קינדער ישועות, אידן זענען זיך מטריח און קומען צו גיין צו מקום מנוחתו מתפלל זיין אויפן הייליגן ציון, לא יחל דברו, לא יעשה דבריו חולין, דער זיידע ז"ל איז בכח אויסצו'פועל'ן ישועות, ישועות כלליות, און ישועות פרטיות פאר יעדעם איינער וואס קומט מתפלל זיין אויף זיין ציון, השי"ת זאל העלפן ימלא ה' כל משאלות לבבם לטובה,

אידן קומען פון די מרחקים מתפלל צו זיין אויפן ציון, און זענען זיכער דער צדיק דער זיידע ז"ל שטייט במקום מנוחתו און ער איז עומד ומשמש, אין עמידה אלא לשון תפילה, ער איז מתפלל פאר די אלע אידן וואס זיי קומען, אזויווי די עדות פון זיין תלמיד דער ליסקער רב ז"ל וואס האט געזען מיט די אייגענע אויגן ווי דער זיידע דער ישמח משה שטייט און בענטשט ברכת כהנים אלע אידן וואס זענען געקומען אויפן ציון, אונז האפן געבענטשט צו ווערן מיט די ברכת כהנים, יברכך ה' וישמרך, די מדרש זאגט יברכך ה' בגופך, דאס איז פשטות בריאת השלימות, יעדער איינער זאל זיין געזונט, וישמרך מייצר הרע, מזאל זוכה זיין צו עבודת ה' ניצול צו ווערן פון דער ייצר הרע פון די נסיונות פון ייצר הרע, יברכך ה' בתלמוד, מ'זאל זוכה זיין עוסק צו זיין בתורה, צו פארשטיין לערנען, ללמוד וללמד להבין ולהשכיל דברי תורה, יברכך ה' בנכסים, געבענטשט צו ווערן מיט עשירות, פרנסה בהרחבה גדולה, יברכך ה' בבנים ווי די מדרש טייטשט אויס די ברכות, ווער ס'וועט דארפן זאל נפקד ווערן מיט זש"ק, יברכך ה' בבנים, די בחינה פון בנים למקום, זרע קודש עובדי ה' תלמידי חכמים וחסידים אהובים למעלה ונחמדים למטה, וישם לך שלום, אידישע הייזער זאל זיין שלום בית, בין איש לאשתו ובין אבות לבנים, ישועות פאר יעדעם איינעם, יעדער איינער וואס קומט ובפרט פאר יוצאי חלציו פונעם זיידן ז"ל זאל זיין עטרת זקנים בני בנים,

אונז זעמיר זוכה צו קומען אויף קברי צדיקים, דעם פרייטאג עש"ק און מארגן אי"ה נאך, עס כאפט אן אימה און א פחד, מען הייבט אן אריין צו טראכטן לפני מי אתה נכנס, וואו גייט מען, א הייליגער מקום ציון המצוינת קוה"ק, אזעלכע צדיקים וואס שרפי מעלה האבן געהאט א פחד פון די צדיקים, מ'קוקט זיך אן, מיט וואסערע פנים גייט מען אריין אין די הייליגע אוהלים, מ'גייט אריין אין די ד' אמות מקום מנוחתם, מיר ווייסן וויאזוי מ'זעט אויס אין תורה, אונזער עבודה, מ'איז מלא בושה וכלימה, מ'הייבט אן אריין טראכטן גודל קדושת רבותיה"ק זי"ע, די כח פון זייער תורה, זייער עבודת הקודש יומם ולילה, זייער צדקות ווי זיי האבן געשיינט אן אור בהיר בשחקים פאר טויזנטער אידן, מ'קוקט זיך אן מה אנו מה חיי, אני רימה ותולעה, בוש אני מחטאי, כהאף דא אין דעם מקום וואו אבותי הק' האבן מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה, געוואשן דא אידישע הערצער, אידן בשעתם האבן תשובה געטאן, אונז האף מיר אונז זאל מיר אויך זוכה זיין צו א הרהור תשובה כל שהוא,

די מקום איז מסוגל מ'זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות זיך צו פארבעסערן מהיום והלאה אין אלע ענינים, און השי"ת זאל העלפן מ'זאל קענען מוציא זיין מכח אל הפועל די אלע קבלות און עס מקיים זיין, עס אויסצופירן עס זאל זיין לא יחל דברו לא יעשה דבריו חולין, נאר זוכה זיין לשמור ולעשות ולקיים, די נסיעה זאל נישט זיין א ביאה ריקנות, יעדער ביי זיך ווייסט נגעי נפשו וויאזוי מ'זעט אויס און אז מ'דארף זיך פארבעסערן,דא די מקום קדוש וואו מ'שטייט אדמת קודש הוא, עס איז מסוגל אריין צו שיינען א הרהור תשובה פאר יעדעם איינעם, השי"ת זאל העלפן מ'זאל טאקע זוכה זיין צו אן אמת'ע הרהור תשובה, אויפטון מ'זאל האבן א ישועה ברוחניות,

דער זיידע ז"ל דער ישמח משה האט געזאגט בעפאר די פטירה ער וואונדערט זיך אויף די צדיקים פון פריערדיגן דור וואס זענען נסתלק געווארן פון די וועלט און זענען ארויף אין עולם העליון האבן זיי פארגעסן פון צרות ישראל און פונעם לאנגן ביטערן גלות, זיי האבן נישט אויסגע'פועל'ט די ישועה, האט ער געזאגט אויף זיך ער וועט ארויף קומען אין עולם העליון וועט ער נישט פארגעסן און ער וועט נישט איינרוען ביז ער וועט אויס'פועל'ן ביאת המשיח, יעצט זאגן מיר פארן זיידן ז"ל לא יחל דברו, לא יעשה דבריו חולין, די הבטחה וואס ער האט געזאגט ער וועט נישט פארגעסן פון גלות פון אידישע קינדער און ער וועט אויס'פועל'ן א ישועה, לא יחל דברו, ער זאל טאקע מקיים זיין, ככל היוצא מפיו יעשה, אויס'פועל'ן א ישועה פאר כלל ישראל, די זכות פון די הייליגע צדיקים וואס אונז זעמיר זוכה מתפלל צו זיין על מקום מנוחתם זאל מגין זיין אויף אונז אלע אונז זאלן געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, בני חיי ומזוני, רפואות און ישועות פאר חולי ישראל, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום ביאת גואל צדק בב"א.

נאך די תורה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו.

קל מסתתר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.

נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען.

מען האט געענדיגט ארום 11:40.

ארום 12:30 איז געווען זמני כניסה בביתו נאוה קודש באותו מקום ווי רבותינו הק' האבן געפויעלט ישועות ורפואות פאר אידישע קינדער, ווי הונדערטער אנשי שלומינו זענען אריין בפתקא ובפדיון מקבל זיין ברכת הקודש און איבערגעבן די קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן היכל התורה 'היכל לב אהרן' דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער ווי הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - סגן ראה"ק בלאנדאן האט אפגעקויפט א זכות פון א שער אינעם היכל, און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר השיעורים און דער רבי האט עס קורא שם געווען 'דמשק אליעזר' ע"ש הנדבן,

דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די עסקני ההיכל.

שבת קודש בצל כנפיך יחסיון

















Comments


bottom of page