פארגאנגענעם וואך מאנטאג אויפדערנאכט זענען די עסקנים פון די בארימטע חבורות פאר די בחורי סאטמאר, צווישן זיי עסקנים פון חבורת להעלות קרית יואל, חבורת להעלות וויליאמסבורג, חבורת בחרתנו מאנסי, אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, איבערצוגעבן א באריכט איבער די פארשירט וואס די חבורה האט געמאכט אין די לעצטערע חדשים בי די טויזענטער בחורי סאטמאר, און צו הערן די הדרכה פונעם רבין אויף די ווייטערדיגע פעולות וואס זענען אויפן טיש בי די עסקנים.
בים אסיפה האט די רבי ארויסגעברענגט רצון קדשו פאר די עסקנים אויפן ארט, אז חוץ די ביז יעצטיגע גרויסע פעולות וואס די חבורות שטעלן צו ווען אין יעדע ביהמ"ד געפינט זיך שוין א ראש החבורה, און נאך, זאלן די עסקנים אויך אהערשטעלן א פארברייטערטע חבורה וואס זאל צוזאמנעמען די טויזענטער בחורי סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק, קובע צו זיין א חבורה צו לערנען ספרי חסידות במשך די טעג פון פרייטאג און שבת, ווען די בחורים געפינען זיך נישט אין ישיבה.
אין די יעצטיגע טעג זענען די עסקנים טאקע גלייך אריינגעשפרינגען אויסצופירן רצון הקודש פונעם רבין שליט"א, ווען עס זענען שוין געמאלדען געווארן פאר די אלפי בחורי סאטמאר איבער די וועלט איבער די סדר הלימוד פון ספרי חסידות וועלכע וועט געלערנט ווערן מיט א כח הרבים דורך די בחורים פון אלע שטעט.
הרימותי בחור מעם
Comments