צוליב די אויסטערלישע גרויסע פארלאנג די לעצטערע יארן פון אידן פון אלע שיכטען און קרייזען איבער די וועלט צו איינקויפן די מצות אויף פסח דייקא די ספעציעלע מהודר'דיגע מצות וואס ווערן געבאקן בבית האופה המהודרת דקהלתינו הק' אין קרית יואל, האט מען שוין אין די יעצטיגע טעג אין א מזלדיגע שעה אנגעפאנגען צו באקן מצות פאר יו"ט פסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.
היינט אין די פארמיטאג שעה'ן איז כ"ק מרןרבינו הגה"ק שליט"א אריבער אויף א באזוך צום בית האופה ווי דער רבי האט זיך א לענגערע צייט אומגעקוקט אויף די ארבעט וואס מען לייגט אריין, און אויסגעדריקט א שטארקע קורת רוח איבער דעם וואס מען האט שוין אנגעפאנגען אזוי פרי צו באקן.
Commentaires