א פרישע שיינעדיגע און לעכטיגע תקופה האט זיך אנגעהויבן דעם פארגאנגענעם מיטוואך אין עיר הבירה לאנדאן, ווען מען האט אין א מזל'דיגע שעה געפענט די טויערן פון די פריש געגרינדעטע "ישיבה גדולה ומתיבתא לאנדאן" אויפן נייעם אלול זמן, צו די אומהערשבארע פרייד פון די צענדליגער תלמידים מציינים און די עלטערן פון די תלמידים, וועלכע קוקן שוין יארן ארויס אויף א ישיבה גדולה אין לאנדאן וואס זאל זיין געאייגענט פאר די היימישע סאטמארע בחורים אין שטאט, און יעצט איז מען אנגעקומען צום גליקליכן צייט ווען דער חלום איז ענדליך פארווירקליכט געווארן.
פארגאנגענעם מיטוואך אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען דער התרגשות'דיגער מאמענט וועלכע וועט אריינגיין אין די היסטאריע בקורות ימי סאטמאר לאנדען, ווען מען האט נאך לאנגע צוגרייטונגען און לאנג ארויסגעקוקטע צייט צוגעטרעטן צום פרייעדיגען מאמענט, ווען מען האט בשעה טובה געפענט די טויערן פונעם ישיבה אנגעפאנגען דעם זמן מיט די ערשטע יארגאנג פון ישיבה גדולה מיט איר אריבער 40 תלמידי השיבה.
לרגל דעם פרייעדיגען מאמענט איז דעם פארגאנגענעם מיטוואך פארגעקומען א געהויבענע מעמד פתיחת שערים וקביעות מזוזה אויפן ניי אפגעקויפטען בנין הישיבה, מיט די השתתפות פון די הנהלת הישיבה, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטען דעם פרייליכן מאמענט פון הרחבת גבולי הקדושה און די פרישע רינגעלע און די קייט פון די סאטמאר לאנדאן אימפעריע.
Yorumlar