top of page

התרגשות'דיגע מעמד "חומש סעודה" פאר די אריבער 500 תלמידי כיתה א' בליעה"ר דמוסדותינו הק' אין קרית יואל אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיט גרויס התרגשות איז נעכטן זונטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן פארגעקומען דער התרגשות'דיגער מעמד החומש סעודה פאר די אריבער 500 תלמידי כיתה א' דמוסדותינו הק' אין קרית יואל בליעה"ר פון די דריי סניפי כיתה א' דמוסדותינו הק'.

און איז געווען מיט די באטייליגונג פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטען דעם גאנצן מעמד.

די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.

דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,

דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל,

ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד, אויך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך,

דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.

בן חמש למקרא





















Comments


bottom of page