א הערליכע מסיבה איז פארגעקומען פארגאנגענעם חודש תמוז בעת די באזוך פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג שליט"א אין שטאט לאנדאן, לטובת די היילידגע מוסדות יטב לב אין ארץ הקודש.
די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א - ראה"כ ומח"ס לב שומע, פאר אנשי שלומינו תושבי לאנדאן וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סומעס לטובת די הייליגע מוסדות.
דער רב האט געמאכט א לחיים און דערנאך משמיע געווען דברי ברכה, דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די סגולה פון שטיצן די הייליגע מוסדות פון ר' מאיר בעל הנס, און די גרויסע זכיה אז מ'קען שטיצן אזא הייליגע מוסד וואס מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און ס'איז זיכער אז דער רבי זי"ע שיקט אראפ פון אויבן אין הימל השפעות טובות פאר אזעלכע אידן וואס שטיצן דעם מוסד, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
コメント