מיט גרויס פרייד איז געמאלדען געווארן פון די געטרייע וועד הרחבת הגבולים ד'קהל יטב לב קרית יואל, אז נאך שווערע הארוואניע די לעצטערע וואכן האט מען מיט גרויס סייעתא דשמיא געשלאסן דעם מקח אויף א שטח פאר א הערליכע צענטער לתורה איטנעם ניי אויפבליענדע שכונת בריגאדון אין שטאט קרית יואל.
דער נייער ביהמ"ד איז אַַריין אין קאָָנטראַַקט מיט עטליכע וואָָכן צוריק און די פאַַרלאָָפענע וואָָך דאָָנערשטאָָג זענען די די עסקני ועד הרחבת הגבולים אינאיינעם מיט די עסקני הביהמ"ד אַַריין אל הקודש פּנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואו דער רבי האָָט געהערט אַַ באַַריכט איבער דעם אָָפּקויף פונעם נייעם ביהמ"ד אין די געגנט און געגעבן ברכת קדשו.
פרייטאָָג נאָָכמיטאָָג עטליכע שעה איידער דעם זמן כניסת השבת, איז אָָנגעקומען די פריידיגע נייעס אַַז מען האָָט בס"ד געקלאוזט אויף דעם נייעם שטח און עס ווערט פערמענאנט אַַוועקגעשטעלט די רוחניות פונעם געגנט מיט דעם הערליכן ביהמ"ד.
מען גרייט זיך בס"ד אין די נאנטע צוקונפט צו לאזן אין גאנג די העפטיגע בוי ארבעט, צו אויפבויען און אהערשטעלן דעם פלאץ כראוי וכיאות פאר דעם ביהמ"ד.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
Comentarios