top of page

הנהלת ישיבה דרך התורה אריין אין קאנטראקט אויף גיגאנטישע שטח אין קארנוויל נ"י פארן באנוץ פון די סניפי הישיבה די קומענדיגע יארן



אנשי שלומינו בל אתר ואתר זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג דעם היינטיגען פרייטאג, ווען עס איז אנגעקומען די געוואלדיגע בשורה טובה ומרנינה אז די שוין היינט בארימטע ישיבה קטנה "ישיבת דרך התורה" בנשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א ובהדרכת הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, איז היינט אריין אין קאנטראקט בברכתו ובעידידו פון רבינו שליט"א, אויף א גיגאנטישן שטח אין קארנוואל נ"י צווישן די בערג ווי עס וועט געבויט ווערן אויפן ארט א גיגאנטישע בנין הישיבה מיט אלע געברויכן.

די הנהלת הישיבה ארבעט פיבערהאפטיג לברך על המוגמר אין די קומענדיגע פאר וואכן, און תיכף דערנאך

צוגרייטן די בנינים צום נוצן אז מען זאל זיך קענען אריינציען אין די קומענדיגע פאר חדשים בעז"ה ווען די תלמידי הישיבה וועלן ענהדליך קענען קומען אל המנוחה ואל הנחלה נאכן וואנדערן פון איין בנין צום צווייטען אין די לעצטערע יארן.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

Comments


bottom of page