הילולא קדישא פון רבינו הקדוש זי"ע איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענע פארנעם אין ק"ק ומוסדות סאטמאר בית שמש.
ביים מעמד האבן זיך צענדליגער אנשי שלומינו תושבי בית שמש זיך אנגעשלאסן אין חבורת "שמעו" ללימוד ספרי רבינו זי"ע בעל ההילולא און וועלן אנהייבן אי"ה די קומענדיגע וואך זונטאג די ספה"ק "על הגאולה ועל התמורה".
ביים סעודת הילולא האבן זיך פארזאמעלט א שיינעם ציבור אנשי שלומינו אין שטאט, אלץ יו"ר האט געדינט הרה"ח ר' שמעון עזרא הכהן סאנדער הי"ו וועלכע האט אענגעפירט דעם גאנצן מעמד.
מען האט געהערט הערליכע עובדות וסיפורים פון הרה"ג ר' אהרן שלום פריעדמאן שליט"א רב ביהמ"ד לעלוב רמה ד' ב"ש
אלץ נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי יצחק דוד יאקאב שליט"א מנהל רוחני ישיבתינו הק' ב"ב – יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו בי-ם
באזונדער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין ת"ת לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט חלוקת פרסים פאר די אלע קינדער וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צו די אונטערנעמונג פון עבודת התפילה אין ראם פון חברת "תפילה למשה" , ווי די קינדער האבן זיך פאר א לענגערע צייט צוגעהערט צו די עובדות וסיפורים דורך הרה"ג רבי אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א מנהל רוחני ווי אויך האט מען געהערט א הערליכע דרשה איבערן כוח התפילה פון המחנך הרה"ג ר' עמרם בינעט שליט"א
שיינע ספה"ק "ברך משה על המועדים" פארטיילט פאר אלע קינדער נדבת לבו פון ידידינו הרה"ח רבי צבי עקיבה ברייטשטיין שליט"א מנהל מוסדותינו.
Commenti