הונדערטער חסידי סאטמאר אין ירושלים עיה"'ק האבן מיטגעהאלטאען געהויבענע שעה'ן ביים מעמד סעודת הילולא לרגל יומא דהילולא פון רביה"ק זי"ע, וועלכע איז ווי יאר יערליך פארגקעומען אינאיינעם מיטן מגבית השנתי לטובת די הייליגע מוסדות יטב לב אין ירושלים מיט אירע הונדערטער תלמידים.
שוין עטליכע וואכן וואס די עסקני המוסדות זענען ארום ביים ציבור צו אויפטרייבן נדבת לבם הטוב, און כאטש וואס אין ירושלים עיה"ק זענען נישט פארהאן קיין בעלי בתים מיט נגידים, פילן אבער אנ"ש און הורי התלמידים א געפיל פון הכרת הטוב פאר די הנהלת המוסדות און רייסן ממש אראפ פון זייער ביסן פון מויל צו מנדב זיין גרעסערע סכומים לטובת המוסדות.
אלס טשערמאן האט געדינט ספרא רבא הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו ווי ער האט עלעקטעזירט דעם עולם מיט בליציגע געדאנקען און סיפורי קודש פון רביה"ק בעל ההילולא זי"ע וואס איז נישט באוואסט פארן ברייטן ציבור.
מיט דבר המעמד האט אויפגטראטן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א, וואס האט ארויס געברענגט ווי מ'דארף זיך מחזק בהאי יומא דהילולא קדישא בדרכיו הקדושים, און אויך ארויסגעברענגט בשבח המוסדות און דער חיוב וואס ליגט אויף ציבור אנשי שלומינו צו מחזק זיין די הנהלת המוסדות מיט שטיצע.
דערנאך האט אויפגעטרעטן פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' ברוך שווארץ שליט"א, וואס מיט זיין לשון לימודים אנגעווארמט די הערצער ווי שטארק יעדער אינער פון די קהילה איז מחויב צו פילן אז די מוסדות איז ווי זיין אייגנטום, און די פליכט ליגט נישט אויף די הנהלה אליינס די הנהלה זענען נאר שלוחים פונעם ברייטן ציבור
אלס נואם הכבוד האט געדינט כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון בני ברק, וואס זיין פאטער איז געווען א תלמיד פון רביה"ק בעל ההילולא ווי ער האט ארומגערעדט במשנתו של בעל ההילולא און האט פארציילט אז ער אליינס האט אלס קינד פאר די בר מצוה זוכה געווען צו צוזאם לייגן די תפילין פון רביה"ק זייענדיג אין צפת תשי"ט און דערנאך אונטערהאלטען בידיו הקדושות פון רביה"ק ביים גאנצן בארג אין בית החיים אין צפת, און האט פארציילט אז די גאנצע צייט האט רביה"ק געזאגט מ'דארף איבערבעטן אלע שוכני עפר וואס ליגן דא אויפן בארג, ווי דעמאלט איז נאכנשיט געווען אויסגפלאסטערט א וועג.
מיט בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ח ר' נתן בנימין ראטה הי"ו מגדולי תומכי המוסדות.
זכותו יגן עלינו
Comentários