top of page

ברייטע דעקונג: געהויבענע באזוך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין זומער קרי' "ברך משה" אין וואדבערן לרגל חנוכת הבית פון נייע פרעכטיגע פליגעל צום בנין התלמוד תורה

לעכטיגע און געהויבענע שעות זענען אריבער אויף תושבי קרית ברך משה אין וואדבערן דעם פארגאנגענעם זונטאג, ווען מען האט געהאט די זכי' צו אנטפאנגען פני הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע איז געקומען אויף א באזוך אין דעם הערליכן סאטמאר'ן קאנטערי וועלכע איז א לייכטורעם פאר די גאנצע אומגעגענט, לרגל די מעמד חנוכת הבית אויפן פרישן צוגעבויטן פליגעל צום עקזיסטירענדען בנין התלמוד תורה אינעם קרי'.

אויף דעם היי יאריגן זומער נאכן אויסטערלישן ענגשאפט פארגאנגענעם יאר אין די עקזיסטירענדע בנין המוסדות, האט מען מיט גרויס פרייד באנייעט דער הערליכער פרישע פליגעל וועלכע איז צוגעבויט געווארן צום יעצטיגן בנין וועלכע אנטהאלט אין זיך פרישע פיר קלאסן, און א גרויסע שפיל הויף פאר די לעכטיגע קינדער, זיך צו קענען אויסלופטערן אין די פרייע צייטן.

ארום  2:00 אזייגער האבן די תושבים אויפגענומען פני הקודש פונעם רבין שליט"א, דער רבי איז צום ערשט ארויף צום שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - רב הקריה, אויף א באזוך.

דאן איז דער רבי אנקומען צום נייעם פליגעל ביים בנין התלמוד תורה, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א צו קובע זיין א מזוזה.

דאן איז דער רבי אנקומען צום בנין ביהמ"ד הגדול 'בנין יהודה' ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד חנוכת הבית פארן נייעם פליגעל פונעם תלמוד תורה, אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי המוסדות.

די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א רב הקרי בשבח פונעם הערליכן מוסדות אינעם קרי' ווי די קינדער ווערן נתחנך אויף אזא ווארעמע פארנעם מיט די ריינע סאטמארע חינוך,

דערנאך האבן עטליכע קינדער מילדי התלמוד תורה פארגעזינגען הערליכע חרוזים לכבוד המאורע, ארויסברענגענדיג די זכי האבענדיג דעם רבין אויף א באזוך, און איבער די חשיבות פונעם חשובן נדבן פארן אהערשטעלן דעם נייעם פליגל אויף אזא שיינע פארנעם מיט אלע דעטאלן.

דאן האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, און פאר אלע קינדער און אנוועזנדע.

דאן האט דער רבי האט משמיע געווען דב"ק פאר די הונדערטער קינדער, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'הביטו אל אברהם אביכם ואל שרה תחוללכם' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר וואס מאכט א רעש אויבן אין הימעל, און אויפגעפאדערט די קינדער אויסצוניצן די צייט לתורה ועבודה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חשוב'ן נדבן און פארן גאנצן ציבור.

מזמור שיר חנוכת הבית
























































Comments


bottom of page