יום שבתון אין לשכח, די אריבער צוויי הונדערט תלמידי סניפי ישיבה קטנה דרך התורה האבן פארגאנגענעם שבת מיטגעהאלטען גיסטרייכע דערהויבענע שעה'ן אינאיינעם ביים שבת התוועדות ועלכע איז אפגעראכטען געווארן פאר אלע ביידע סניפי ישיבה קטנה דרך התורה, אין שפיץ פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג שליט"א וועלכע האט געפירט דעם גאנצען שבת באש להבה און אריינגעברענגט די תלמידי הישיבה און העכערע ספערן.
ערש"ק נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי ישיבת דרך התורה,
דערנאך האבן די גבאים מתלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר'ן רב א מתנה - א זילבערנע בשמים האלטער, וואס איז געקויפט געווארן בהשתתפות פון אלע תלמידי הישיבה, און דער רב האט זיך באדאנקט
ליל שב"ק האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, דער רב האט פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות און שטארק מאריך געווען ביי הויכע שמו"ע בבכיות ובהשתפכות הנפש,
נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
פאר די פיש האט דער רב ארומגערעדט איבער די זכי' צו וויילן מיט די תלמידים אויף שבת, און געבעטן די בחורים מיטצוהאלטן דעם גאנצן שבת מתחילה ועד סוף נישט אויסלאזנדיג גארנישט, פון וואס מ'וועט זיכער ארויסגיין מיט א מורא'דיגע דערהויבנקייט וואס וועט באגלייטן אויף א גאנץ לעבן.
דער רב האט זיך באדאנקט פאר די בחורים וועלכע האבן זיך איבערגעגעבן בלב ונפש פאר די הכנות פונעם שבת אז אלעס זאל קלאפן, און אלעס מסדר געווען על צד היותר טוב ווי מ'זעהט טאקע יעצט, און ארויסגעברענגט אז א גרויס חלק פון די הצלחה פונעם שבת ווענדט זיך אין דעם.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בשבח פון די תלמידי הישיבה סניף א' וועלכע האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות לרגל חודש אלול, ובפרט איבער דעם ענין פון נישט רעדן פאר'ן דאווענען וואס דער רב האט פארלאנגט בעבר ביי די וועכנטליכע באזוכן אין די ישיבות, דער רב האט זיך באדאנקט פאר די גבאים וועלכע זענען ארומגעגאנגען צוזאמצונעמען די קבלות פון די בחורים, און עס אריינגעברענגט אינדערהיים פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט.
די זמירות שבת קודש האט דער רב אליינס אנגעהויבן,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'מצות עשה שהזמן גרמא'.
דער רב האט פארציילט עובדות וסיפורים פון מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - כ"ו אב,
און אזוי אויך עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מ'סקולען זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - כ"ט אב ער"ח אלול.
מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי שבת, און דערנאך האט מען געבענטשט,
= וביום השבת קודש =
אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה נייטרא צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
תיכף נאכ'ן דאווענען איז פארקומען די שמחת הקידושא רבא לבת הנולד אצל הרה"ג ר' יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה סניף א',
דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
דער רב האט מכבד געווען דער בעל שמחה אויפצוטרעטן מיט א דרשה לכבוד השמחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר'ן גאנצן ציבור.
שפעטער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שבת פאר א לענגערע צייט,
מ'האט אויפגעגעבן די אייער, דער רב האט פארטיילט א שטיקל אייער פאר די נכדי רבינו וועלכע לערנען אין די ישיבה.
מ'האט אויפגעגעבן פצעי, און דער רב האט מסביר געווען דעם ענין פון עסן דעם מאכל אום שבת קודש, און אזוי אויך דער ענין פון עסן העלזל פרייטאג צונאכטס,
אז ביי די שבת'דיגע סעודה ברענגט מען ארויף אפי' די חלקים פונעם בהמה וואס זענען גארנישט ווערד, און דאס קען די שבת קודש אויך מעלה זיין,
און דאס קומט צו ווייזן אז אפי' א איד איז בשפל המצב, דורך דעם שבת קודש קען מען זיך אייביג אויפהייבן.
מ'האט אויפגעגעבן די טשולענט, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן דעם וויזניצ'ע מזמור לדוד מיט א שטארקע קאך און ברען, און דערביי געזאגט אז דער זיידע ז"ל דער הייליגער ישמח משה פלעגט שטארק אריינקאכן אין דעם ניגון, און א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם ניגון.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל הישיבה סניף ב'.
= רעוא דרעוין =
די קלימאקס פונעם שבת איז געוויס געווען בעת רעוא דרעוין וועלכע איז אפגעראכטען געווארן מיט גרויס התעוררות.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות ארומגערעדט איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האלט שוין שבת מברכים חודש אלול, מ'דארף קוקן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, מ'דארף איבערטראכטן וויפיל מ'האט קונה געווען דאס יאר, און וויאזוי מען האט עס אויסגענוצט.
שווער האבן זיך די תלמידים געקענט שיידען פון דעם אויסטערליש דערהויבענעם שבת וועלכע בלייבט איינגעקריצט אין די הערצער ביי אלע באטייליגטע.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון
Comments